מכתב יומי
א ניסן תשפ"א
March 14 2021
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקרא, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער זאלסט מקבל זיין אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר באהבה, גלייב באמונה שלימה אז אלעס וואס גייט אריבער איז נאר לטובה; די גרעסטע טובה וואס קומט ארויס פון די שוועריקייטן איז, אז דער מענטש הייבט אן טראכטן פון תכלית, מען הייבט אן טראכטן פונעם אייבערשטן.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא, תצא): "צָרִיךְ הָאָדָם לְהַחֲזִיק טוֹבָה לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּזְמַן שֶׁהַיְסוּרִין בָּאִין עָלָיו", מען דארף דאנקען דעם אייבערשטן ווען מען גייט אריבער שווערע יסורים, "לָמָה", פארוואס? וואס איז די זאך אז מען זאל דארפן דאנקען אויף יסורים? "שֶׁהַיְסוּרִין מוֹשְׁכִין אֶת הָאָדָם לְהַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", ווייל די יסורים שלעפן דעם מענטש צום אייבערשטן.
די בעסטע פלאץ וואו מען קען זיך באהאלטן ווען מען האט שווערע טעג, איז נאר אין די הייליגע תורה; די תורה איז די בעסטע פלאץ ווען מען גייט אריבער שוועריקייטן. תורה היט דעם מענטש, תורה איז די בעסטע פלאץ וואו מען קען אנטלויפן בעת צרה.
מיר גייען ענדיגן יעצט מסכת פסחים, קומענדיגע וואך מאנטאג ענדיגט מען מסכת פסחים און מען הייבט אן א נייע מסכתא, מסכת שקלים. וואויל איז דעם וואס לערנט יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא, וועט ער זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.
א גוטן חודש.