מכתב יומי

כח אייר תשע"ח

May 13 2018

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דער הייליגער רבי האט דערציילט די מעשה פון די  זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג) האט דער רבי אנגעהויבן די מעשה אזוי: "איך וועל אייך דערציילן ווי אזוי מען איז פון א מרה שחורה ארויס געגאנגען"; דער רבי וויל מיר זאלן ארויסגיין פון אונזער מרה שחורה, מיר זאלן זיין פרייליך, מיר זאלן אויפזוכן און נאכקוקן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער ברענגט אויף אונז. אפילו עס איז שווער, עס איז טינקל, מען זעט נישט און מען שפירט נישט אלוקית, דאך זאל מען זיך מחי' זיין מיט יעדע נקודה טובה און גלייבן אינעם אייבערשטן אז אלעס איז צום גוטן.


דער רבי פארציילט אינעם מעשה (שם): אז דער קעניג האט געזאגט פאר זיין זון: "איך זע אז דו וועסט אמאל אראפ פאלן פון דער מלוכה, בכן זאלסטו זען אז דו זאלסט נישט האבן קיין עצבות אז דו ביסט געווארן אויס קעניג, נאר דו זאלסט פרייליך זיין, און אז דו וועסט פרייליך זיין וועל איך אויך פרייליך זיין, אפילו דו וועסט זיין בעצבות וועל איך ווייטער פרייליך זיין אז דו ביסט מער נישט קעניג, ווייל דו קענסט קיין מלך נישט זיין, ווייל אז דו ביסט א מענטש וואס קען זיך נישט דערהאלטן צו זיין שטענדיג פרייליך - אפילו אז דו האסט פארלוירן די מלוכה - קענסטו קיין קעניג נישט זיין, אבער אז דו וועסט פרייליך זיין - האט דער קעניג אויסגעפירט - וועל איך משונה פרייליך זיין".


איז דאס מוהרא"ש מסביר (נהרי אפרסמון, דף תער"ב): דער קעניג - דאס איז דער מלך מלכי המלכים, דער זון – דאס מיינט מען יעדן איד; דער אייבערשטער זאגט אונז, אויב מיר וועלן זיין פרייליך וועט ער כביכול זיין זייער פרייליך; אפילו ווען עס גייט אריבער שוועריקייטן, מען איז צעמישט, מבולבל, מען שפירט נאך נישט וכו', דאך ווען א איד דערהאלט זיך און ער איז פרייליך דאס איז די גרעסטע שמחה ביים אייבערשטן.


פרייליך ווערט מען דורכדעם וואס מען לערנט תורה; היינט הייבן מיר אן א נייע סדר: "סדר במדבר", בעט איך דיר טייערער ברידער ווארט נישט אויף סוף וואך, הייב שוין אן היינט מעביר סדרה זיין. עס ווערט גע'פסק'עט אין שלחן ערוך (אורך חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילָך נִקְרָא עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה ברענגט (שם, סעיף קטן ח) אז דער גר"א זכרונו לברכה האט זיך אזוי געפירט; יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען דער חלק פון יענעם טאג. זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


ווער עס איז מעביר סדרה יעדן טאג וועט נישט ווערן פארשעמט פסח ביינאכט נאכן סדר ווען מען זינגט דעם ליד און מען פרעגט: "חֲמִשָּׁה מִי יוֹדֵעַ? חֲמִשָּׁה אֲנִי יוֹדֵעַ", זע דו זאלסט קענען ענטפערן: "חֲמִשָּׁה אֲנִי יוֹדֵעַ, 'חֲמִשָּׁה חֻמְשֵׁי תּוֹרָה'"; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י פון די וואך, מען איז מעביר סדרה יעדן טאג דעמאלט קען מען זינגען 'חֲמִשָּׁה אֲנִי יוֹדֵעַ', מען איז זוכה צו אלע ברכות וואס ליגט אין חֲמִשָּׁה חֻמְשֵׁי תּוֹרָה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.