מכתב יומי

כו אייר תשע"ח

May 11 2018

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר בחקותי, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען קומט צום רבי'ן דארף מען געדענקען פארוואס מען קומט; מיר דארפן געדענקען אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן פאר איין ציל, אז דער רבי זאל אונז אויפהייבן פון אונזער בלאטע וואו מיר ליגן און אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


ווען א מענטש קומט צום רבי'ן נאר פאר דעם ציל, ער זוכט א וועג ארויס פון זיינע דמיונות, ער זוכט א גוטע דאקטער וואס קען אים אויסהיילן, א דאקטער פאר זיין נשמה וואס דאס איז דער צדיק, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "צָרִיךְ לְבַקֵּשׁ לְנַפְשׁוֹ רוֹפֵא גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד הַגָּדוֹל בְּמַעֲלָה בְּיוֹתֵר, דְּהַיְנוּ שֶׁיַּחֲזִיר וִיבַקֵּשׁ תָּמִיד לִזְכּוֹת לְהִתְקָרֵב לְהָרַבִּי הַגָּדוֹל מְאֹד מְאֹד", א מענטש דארף זוכן א גרויסע דאקטער, א צדיק וואס זאל אים צוריק ברענגען צום אייבערשטן; אויב קומט מען צום הייליגן רבי'ן מיט אזא צוגאנג, דעמאלט וויל מען גארנישט, מען זוכט נישט דעם "איך".


חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (סוטה מ.): ווען דער הייליגער אמורא רבי אבהו פלעגט פארלערנען פאר די תלמידים האט ער געהאט א מתורגמן וואס האט איבער געזאגט הויעך פארן עולם וואס רבי אבהו האט אים געזאגט שטילערהייט. איינמאל האט די פרוי פונעם מתרגם געזאגט פאר די ווייב פון רבי אבהו: "דו מיינסט אז מיין מאן דארף צוקומען צו דיין מאן? מיין מאן איז נאך אזא חכם ווי דיין מאן און ער קען אליינס האלטן די דרשה פארן עולם, דאס וואס ער בייגט זיך אראפ צו דיין מאן הערן וואס ער זאגט און ער זאגט דאס הויעך פארן עולם איז נאר ווייל ער וויל מכבד זיין דיין מאן וואס איז חשוב ביים קעניג אין פלאץ", ווען רבי אבהו איז אהיים געקומען פון ישיבה האט אים זיין ווייב אפגעווארט און אים געזאגט: "דו ווייסט וואס די ווייב פונעם מתרגם האט מיר געזאגט? זי זאגט מיר אז איר מאן דארף באמת נישט צוקומען צו דיר וכו'", האט רבי אבהו געזאגט פאר זיין ווייב: "וּמַאי נַפְקָא לָך מִינֵהּ?" וואס דארף דיר אנגיין וואס זי זאגט, "מִינִי וּמִינֵּיהּ יִתְקַלֵּס עִילָּאָה", דער עיקר איז אז צווישן מיר און אים ווערט דער אייבערשטערס נאמען גרויס.


ווען מען לערנט אזא מעשה זעט מען וואס הייסט א צדיק; ער וויל גארנישט, ער מיינט גארנישט. איין זאך וואס ער וויל: "מִינִי וּמִינֵּיהּ יִתְקַלֵּס עִילָּאָה", דער אייבערשטנס נאמען זאל גרויס ווערן אויף דער וועלט; ער קריגט זיך נישט מיט קיינעם, ער האט ליב יעדן איינעם און זוכט נאר צו טון א נחת רוח פארן אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט דערציילט: עס איז געווען א קעניג וואס האט פארלאנגט פון זיין מדינה אז מען זאל אפשניידן אלע תבואה ביז א געוויסע צייט, למעשה האבן זיי נישט געפאלגט דעם קעניג און דער קעניג איז געווארן זייער ברוגז אויף זיי, איז געקומען א חבר פונעם קעניג און געזאגט פאר די מענטשן פון די מדינה: "איך האב פאר אייך אן עצה איר זאלט נישט ווערן באשטראפט פונעם קעניג; דער קעניג האט זייער ליב א געוויסע סארט פייגל, אויב איר וועט כאפן די פייגל אין דאס ברענגען פארן קעניג, וועט דער קעניג אייך מוחל זיין".


האבן זיך אלע מענטשן גענומען צו די ארבעט, מען האט געטראפן דעם פייגל זיצן אויף א בוים און מען האט געוואלט ארויף קריכן איינער אויפן אנדערן צו כאפן דעם פייגל, האבן זיי זיך אנגעפאנגען צו קריגן, יעדער האט גע'טענה'עט 'איך וויל נישט זיין פון אונטן וואס אויף מיר וועט יעדער איינער טרעטן', יעדער האט געזאגט 'איך בין מער פון דיר, איך וויל טרעטן אויף דיר, איך וויל זיין פון אויבן - דער וואס וועט כאפן דעם פייגל אליין', אזוי האבן זיי זיך געקריגט איינער מיטן צווייטן, ביז דער פייגל איז אוועק געפלויגן און דער קעניג האט זיי אלע באשטראפט.


מוהרא"ש האט מסביר געווען דעם נמשל אזוי: דער קעניג איז דער הייליגער באשעפער און די בני המדינה זענען מיר אידן וואס דער אייבערשטער האט אונז געבעטן מיר זאלן זיין ערליך, הייליג און אפגעהיטן פון עבירות; למעשה זענען מיר אראפ געפאלן - יעדער איינער אין זיין בלאטע, אבער עס איז דא אן עצה פאר אונז אז מיר זאלן נישט באשטראפט ווערן, דער קעניג האט זייער ליב א פייגל וואס דאס איז דער צדיק, און אז מען וועט כאפן דעם פייגל און אים פארשפרייטן אויף דער וועלט וועט דער קעניג אונז מוחל זיין, הייבט זיך אן א קריגעריי, ווער איז מער און ווער איז ווייניגער, ביז דער פייגל פליט אוועק.


ווען מיר אלע זאלן נאר זוכן ווי אזוי מיר קענען פארשפרייטן פאר נאך א איד די עצות און שכל וואס דער רבי געבט אונז, ווען מיר אלע זאלן נישט זוכן יענעמס חסרונות נאר זוכן די מעלות פון יעדן איינעם, נאר טראכטן: 'וואס קען איך טון צו כאפן דעם פייגל און אים ברענגען צום קעניג', וואלטן מיר שוין לאנג ארויס פונעם גלות.


דעריבער בעט איך דיר זייער טייערער... "וואס גייט דיר אן אז דער האט מער פון דיר און אז דער דארף נישט צוקומען צו דיר?" לאמיר זען צי די קענסט זאגן וואס דער הייליגער אמורא רבי אבהו האט געזאגט פאר זיין ווייב: "מִינִי וּמִינֵּיהּ יִתְקַלֵּס עִילָּאָה", דער עיקר איז אז צווישן אונז ווערט דער אייבערשטערס נאמען גרויס; דאס הייסט אן אמת'ער עניו, דאס איז א צדיק: 'איך בין גארנישט', 'איך דארף גארנישט', 'איך האב גארנישט' און 'איך וויל גארנישט', נאר דעם אייבערשטן אליינס.


דאס איז געווען מוהרא"ש; ער איז געזיצן כל ימיו אין א פארמאכטע שטוב און נישט געהאט צו טון מיט קיינעם, ער איז געזיצן און געשריבן ספרים פאר אידשע קינדער, אויפגעשטעלט תלמידים מפיצים, זיי מעודד געווען צו גיין אין די גאסן אין און די הייזער אויפלעבן אידישע קינדער; ער האט ניטאמאל געשריבן זיין נאמען אין די ספרים. מענטשן האבן זיך מחי' געווען אין די גאנצע וועלט אן וויסן בכלל ווער עס שטייט דא, ווער עס שרייבט דא און ווער עס רעדט דא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כא): דריי זאכן נעמען אוועק א מענטש פון די וועלט און פון יענע וועלט: "הַקִּנְאָה וְהַתַּאֲוָה וְהַכָּבוֹד, מוֹצִיאִין אֶת הָאָדָם מִן הָעוֹלָם", קנאה, תאוה און כבוד נעמט אוועק דעם מענטש פון דער וועלט; האט דער הייליגער רבי נתן געזאגט: "מיט קנאה וועט דיר דער רבי נעמען, מיט תאוות וועט דיר דער רבי נעמען, אבער מיט כבוד וועט דיר דער רבי נישט נעמען"; ווען מען קומט צום רבי'ן דארף מען קומען פאר איין סיבה: "זיך אויסצוהיילן"; אויב מען איז פארנומען מיט דעם "איך", מיטן "אני ואפסי", דעמאלט קען מען נישט נעמען פון רבי'ן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עב): "מִּי שֶׁבָּא אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי, וְשׁוֹמֵעַ מִפִּיו תּוֹרָה, רָאוּי שֶׁיֻּמְשַׁך עָלָיו בּוּשָׁה וְשִׁפְלוּת גָּדוֹל מְאֹד, וְזֶה סִימָן שֶׁהָיָה אֵצֶל צַדִּיק אֲמִתִּי", ווען מען ווערט מקורב צום צדיק אמת, מען הערט תורה פון א צדיק אמת, פאלט ארויף אויפן מענטש א שפלות. דער מענטש הייבט אן צו קוקן אויף זיך מיט רחמנות, ער טראכט צו זיך: 'וואס וועט זיין פון מיר? ווען וועל איך תשובה טון וכו' וכו'?' מען פרעגט זיך דעם קשיא וואס דער שני למלכות האט געפרעגט (סיפורי מעשיות, מעשה א): "וואוּ בִּין אִיך אוֹיף דֶער וֶועלְט?", מען זוכט נישט צו זיין עפעס, מען זוכט נישט צו זיין דער העכסטער מענטש וואס וועט כאפן דעם פייגל, אדרבה, מען איז גרייט צו זיין דער אונטערשטער מענטש אויף וועם אלע וועלן טרעטן, אבי עס זאל נתקדש ווערן דעם אייבערשטנס נאמען אויף דער וועלט.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "די אלע מענטשן וואס ווערן משוגע רחמנא לצלן, דאס קומט פון זייער שרעקליכע גאוה רחמנא לצלן"; ווען א מענטש איז פארנומען מיט: "איך טויג", "איך קען", "איך בין", "איך, איך איך", פון דעם ווערט מען פשוט משוגע, ווייל ווען מען באקומט נישט די כבוד ווערט מען משוגע וכו'. אבער ווען א מענטש לייגט דעם "איך" אין די זייט; ער דארף גארנישט, ער וויל גארנישט, דעמאלט וועט ער זוכה זיין צו פארעכטן אלע זיינע מעשים.


איך האף אז דו וועסט אריין נעמען די ווערטער אין דיין הארץ, דו וועסט נעמען דעם רבי'ן פאר דיר אז דו זאלסט אויסגעהיילט ווערן. אז מיר באטראכטן זיך גוט זעט מען אז (משלי כ, ט): "מִי יֹאמַר זִכִּיתִי לִבִּי טָהַרְתִּי מֵחַטָּאתִי", ווער קען זאגן 'איך בין ריין פון עבירות?' "וְכֻלָּנוּ אֵין פָּנֵינוּ יָפוֹת כְּלָל (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן לט)"; אלע דארפן מיר תשובה טון, מיר זענען נאך אלע זייער ווייט פון ווי מיר דארפן זיין; אויב מען נעמט אן דעם רבינ'ס ווערטער, מען איז מקיים וואס דער רבי זאגט, דורכדעם קען מען צוקומען צו גרויסע זאכן.


א פרייליכן שבת.