מכתב יומי
כח חשון תשפ"ו
November 19 2025
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
נעם דיר א גוטער חבר; צו קענען בלייבן ביים רבי'ן דארף מען א גוטע חבר, רעדט זיך נישט אויס דיינע בלבולים צו דיין ווייב, און אז זאכן שטערן דיר זאלסטו נעמען א גוטער חבר דאס אויסצושמועסן, אבער נישט דיין ווייב, ווייל אז דו ביסט צעמישט וואס פעלט אויס איר צו צעמישן.
נעם דיר א גוטער חבר וואס מען רעדט פון רבי'ן און מען שטארקט זיך, נישט סתם שמועסן און סתם ארויסגיין פארברענגען און פארוויילן, דאס איז נישט חברים, דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געווארנט און געלערנט אז א מענטש איז אליין, א מענטש האט נישט קיינעם, נישטא קיין חברים, און אז מען רעדט זיך איין מען האט חברים ווערט מען נאכדעם אנטוישט, מען כאפט אזעלכע פראסקעס; נעם זיך א חבר וואס מען רעדט און מען לערנט פון רבינ'ס עצות, און דאס חברותא'שאפט זאל בלייבן געזונט, נישט אנהייבן מאכן פארטיס יעדע שני וחמישי און זיך צאמטרעפן מיט די בני בית; א חברותא אין שול, אדער אויפן טעלעפאן, אדער אמאל א שפאציר וכו'.
נאך א גוטע עצה ארויסצוגיין פון אלע בלבולים איז זאגן משניות, זאגן אכצן פרקים משניות און דאס מאכט רואיג, עס טרייבט ארויס דעם משוגע'נער פון מח, אזוי וווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "כִּי הַתּוֹרָה הַקְדוֹשָׁה מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשׁוּגָע מַמָּשׁ חַס וְשָׁלוֹם", די תורה איז צוגעגליכן צו א שטעקן, און פינקט ווי מיט א משוגע'נער קען מען נישט רעדן און אים נארמאל מאכן, ער פארשטייט נאר ווען מען שלאגט אים מיט א שטעקן, אזוי אויך דער מענטש וואס זינדיגט, וואס ער איז א ריכטיגער משוגע'נער - פארשטייט אויך נאר ווען מען שלאגט אים מיט די תורה, נאר די תורה וועט אים מאכן אויפהערן, "וְהַתּוֹרָה הִיא בְּחִינַת וָי"ו", די תורה איז אזוי ווי די אויסזען פונעם אות ו', ווייל די לוחות איז געווען ברייט זעקס טפחים און לאנג זעקס טפחים, "וְהַוָי"ו הוּא צוּרַת מַקֵּל", די אות ו' זעט אויס ווי א שטעקן, דאס איז די ששה סדרי משנה, דאס איז די ו' פון וואס דער רבי רעדט.
נאכאמאל, דיינע ספיקות זאלסטו נישט אויסגעבן אין שטוב, עס איז נישט גוט דיין ווייב זאל דיך זען טאג און נאכט אין ספיקות, זי דארף דיך ארויפקוקן און שעצן; זאלסטו זיך נישט אליינס מבזה זיין.
מארגן איז ערב ראש חודש, מען זאגט יום כיפור קטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.