מכתב יומי

כט חשון תשפ"א

November 16 2020

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר נאכאמאל און נאכאמאל, קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; מען טאר נישט וויי טון א ווייב און מען טאר נישט טשעפען א ווייב. בפרט אונז ברסלב'ע חסידים דארפן זייער אכטונג געבן אויף דעם ווייל דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית.


מען האט נישט געקענט זיין ביים רבי'ן נאר די וואס לעבן בשלום אין שטוב מיט די ווייב; אמאל איז דער רבי געזעצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, ער איז אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - צו וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה.


וואס איז געווען די מעשה מיט דעם אינגערמאן? מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז דער אינגערמאן האט זיך אביסל צעאמפערט מיט זיין ווייב בעפאר ער איז געקומען צום רבי'ן און דער רבי האט שוין נישט געוואלט זיצן מיט אים ביי איין טיש; אזוי שטארק האט דער רבי מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


מיטוואך נאכט וועט זיין א שיעור פאר די פרויען; בלייב אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען קומען.


אויך זאלסטו קומען מוצאי שבת צום סיום מיט דיין גאנצע משפחה; דו וועסט נישט חרטה האבן, דו וועסט אהיים גיין מיט פולע באגאזשן חיזוק אויף ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.