מכתב יומי
כח חשון תשפ"א
November 15 2020
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
א שאד דעם טאג וואס גייט אריבער אן לערנען; פארוואס זאלסטו פארגעסן וואס דער רבי וויל פון אונז? פארוואס זענען מיר געקומען צום רבי'ן?! מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן; דער רבי מיט זיינע עצות קען אונז ברענגען פון די נידערגיסטע פלאץ - נאנט צום אייבערשטן.
מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא; דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בתחלת הספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מַאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמַד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", איך בעט דיר מיין ליבער איידעם, זאלסט יעדן טאג לערנען גמרא און הלכה, זאלסט נישט מאכן פון זאכן וואס זענען נישט וויכטיג אן עיקר וכו'; זעט מען פון דעם וואס דער רבי האט געוואלט - נאר תורה, תפילה ויראת שמים. הייב היינט אן לערנען, די היינטיגע דף איז מסכת עירובין דף צח. לערן א בלאט גמרא יעדן טאג; אפילו דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט זאלסטו זאגן די ווערטער פון די גמרא, די בלעטער גמרא וועט דיר אינגאנצן אויסוואשן פון דיין שלעכטס.
מיט'ן אייבערשטנס הילף וועלן מיר זיך צאמנעמען מוצאי שבת, תלמידי הישיבה מיט די גאנצע משפחה - זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אינאיינעם מיט א סיום מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים; איך ווארט דיר צו זען.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.