מכתב יומי
כט ניסן תשפ"ו
April 16 2026
‹ ›בעזרת ה' יתברך - יום ה' לסדר טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
רבי נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אין באגלייטונג פון רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, אויפן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון רבי נחמן טולטשינער, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי פאררעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קכז): "מען דארף אכטונג געבן אויף די בגדים, אז זיי זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זען ווי רבי נתן גייט צום ציון, איז ער ווייטער מיט געגאנגען מיט רבי נתן, דעמאלט האט אים רבי נתן געזאגט די ווערטער: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?!"
דאס זעלבע פרעג איך דיר, אז דער רבי האט אונז אזויפיל מאל געזאגט מיר זאלן אכטונג געבן אויף אונזער שלום בית, איז וואס גייט פאר מיט דיר? וואס איז די מעשה? פארוואס טענה'עסטו מיט דיין ווייב? פארוואס רעדסטו מיט איר נישט שיין?! מוהרא"ש האט אונז אזויפיל מאל געזאגט, נישט טענה'ן מיט די ווייב, טענה'ן ענדיגט זיך מיט מחלוקת און מיט ווייטאג; מוהרא"ש בעט זיך, פאר א ווייב דארף מען געבן גערעכט און געבן אסאך גוטע ווערטער.
אז זי רעדט נישט שיין צו דיר, זי שרייט, זי שלאגט - זאלסטו געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג), רבי חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, ער האט איר שטעדיג פרייליך געמאכט, פארציילט די גמרא, אז רב האט געפרעגט פון רבי חייא: "זי איז דאך דיך מצער, פארוואס ברענגסטו איר די גוטע זאכן?" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ", מיר איז גענוג אז זי זי ציט אויף די קינדער, "וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", און זי ראטעוועט מיך פון עבירות.
אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס דערמאנט אונז און לערנט אונז וואס איז ריכטיג און אויף וואס מיר זאלן לייגן א דגוש אין לעבן, נישט פארלירן די שלום בית.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.