מכתב יומי

כח ניסן תשפ"ו

April 15 2026

בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר טהרה, כ"ח ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע שאלה וואס דו האסט - פרעג דעם דיין; חברים זענען נישט אויף וועם מען קוקט ווי אזוי זיך צו פירן. אז מען איז נישט זיכער ווי אזוי זיך צו פירן - קוקט מען נישט אויפן חבר וכו', און זיכער נישט עי איי; א פחד און א שרעק אז טייערע ערליכע אינגעלייט באניצן זיך מיט דעם. חס ושלום צו פרעגן פראגעס פון עי איי, מען קען חס ושלום פארלירן די אמונה, מען קען פארפאלן ווערן רחמנא לצלן.


רעד צו דיינע קינדער זיי זאלן זיך היטן פון דעם, זאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן נישט נעמען קיין שום נאמבער פון א חבר, פון א צווייטן; ווייל מען קען פארלירן די אמונה, מען קען אריינפאלן אין מינות וכפירה השם ישמרינו, א איד פרעגט אלעס א רב, א דיין, אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער פון קדושה וטהרה, רעד צו זיי פון קדושת הברית, אז מען טאר נישט אנרירן אות ברית קודש. אויך פון זיך אכטונג געבן פון אנדערע, אויב איינער וויל אנרירן אדער ער הייסט אים אנרירן - זאל ער אוועק גיין און אוועק לויפן, און אז ער קען נישט אנטלויפן זאל ער שרייען: "ראטעוועט!" און מען זאל דערציילן פאר די עלטערן און פאר די מלמד אדער טיטשער.


איך ווייס אז עס איז נישט באקוועם צו רעדן פון דעם, עס איז גרינגער נישט צו רעדן, אבער מען מוז רעדן, מען מוז אנגרייטן די קינדער זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, די דור איז פול מיט מופקרים און מען מוז היטן די קינדער זיי זאלן וואקסן ערליך און הייליג.


מען דארף אכטונג געבן וואס מען רעדט, נישט רעדן איבריגע רייד, מען דארף רעדן פשוט'ע וועטער, אז דער אייבערשטער לאזט נישט אנרירן, מען דארף זיין הייליג, מען דארף זיין אפגעהיטן, און ווען די קינדער זענען שוין עלטער, מיט דעת - קען מען צולייגן אז אלע צרות ויסורים ליידט מען אויב מען היט זיך נישט אפ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.