מכתב יומי

כט שבט תשפ"ד

February 08 2024

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז דא א דיבור פון רבי'ן: "ווען מען קומט שוין אלעס איבער - שטעלט מען מיך פאר א נסיון", דאס הייסט נאכדעם וואס מען איז שוין אריבער אלע סארט נסיונות און מען האט זיך שיין געהאלטן, פלוצלונג קומט א נסיון, מען הויבט אן האבן בלבולים, חלישות הדעת, מען ווערט אומזיכער מיטן זיין ביים רבי'ן, אלע גייען דאס אריבער, מען דארף רחמי שמים צו בלייבן שטארק, בלייבן מקושר צום צדיק.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן, עס זאל דיר נישט גארנישט אנגיין, זאלסט נישט ווערן מבולבל פון קיין שום זאך. דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "איך האב דיך שוין אריינגעכאפט אין מיין זאק", האט רבי נתן געזאגט: "רבי, בינדט מיך צו אינעם זאק איך זאל נישט אוועקגיין"; דא זעט מען, אז אפילו רבי נתן וואס ער איז געווען אזוי נאנט צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים אזעלכע ווערטער 'איך האב דיך שוין אריינגעכאפט אין זאק', דאך בעט ער דעם רבי'ן: "רבי בינדט צו דער זאק איך זאל נישט אוועקלויפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


---


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ערב ראש חודש, א טאג פון תשובה. ביי אנשי שלומינו פירט מען זיך צו זאגן אלע חדשים יום כיפור קטן; ערב ראש חודש איז א טאג פון חשבון הנפש, זיך נאכאמאל בארעכענען, אפלאזן די נישט גוטע מעשים.


אז דו ביסט געדרוקט, דו האסט חובות - זאלסטו נאכאמאל גיין אין א ווינקל און זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, אים בעטן אין דיין אייגענע שפראך, אין דיין וועג פון רעדן: "הייליגער באשעפער איך האב חובות, נעם מיך ארויס פון מיינע חובות, געב מיך גרויס שפע"; וועט פאסירן א מעשה פון תפילה, דו וועסט זען עס וועט קומען מן פון הימל, דו וועסט ארויסגיין פון דיינע חובות.


איך האב געהאט די וואך א גרויסע מעשה פון תפילה, איך בעט דעם אייבערשטן צו קענען באצאלן די מלמדים - סיי אין אמעריקע, סיי אין ארץ ישראל. די מלמדים אין אמעריקע אין די דריי תלמוד תורה'ס - איז א חשבון פון אכציג טויזענט דאלער א חודש, דאס איז אויסער די טיטשערס און אויסער אלע אנדערע הוצאות, אויך אין ארץ ישראל איז די חשבון אלעס צוזאמען דרייסיג טויזנט א חודש. איך בעט שטילערהייט דעם אייבערשטן; ווען איך גיי אין גאס, ווען איך זיץ אויף מיין פארטש, ווען איך ליג אין בעט; ווען איך דערמאן זיך אז איך דארף באצאלן מלמדים - וויין איך צום אייבערשטן ער זאל מיר העלפן, און די וואך איז אנגעקומען אין פאסט א טשעק פון זעקס און דרייסיג טויזנט דאלער, א טשעק אן א נאמען, א נס, געלט פון הימל, געלט פון אייבערשטן; אן חנפ'נען, אן זיך ביקן פאר עבודה זרה, אזוי ווי מוהרא"ש זאגט, ווי קען זיין מיר ליינען יעדן טאג אין קריאת שמע, דער אייבערשטער זאגט (דברים יא, טז): "הִשָּׁמְרוּ לָכֶם פֶּן יִפְתֶּה לְבַבְכֶם", איך ווארן ענק אויב ענק וועלן זיך ביקן פאר עבודה זרה; פרעגט מוהרא"ש, ווי קען זיין אזא זאך, אידן זאלן זיך בוקן צו א שטיין? צו ביימער? עס האט נישט קיין שכל צו טון אזוינס, וואס חזר'ט מען דעם פסוק יעדן טאג ביי קריאת שמע?! זאגט מוהרא"ש, דאס מיינט מען ווער עס חנפ'עט א צווייטן, ער מאכט א מציאות פון א צווייטן, ער בייגט זיך פאר אן עושר - דאס איז עבודה זרה, דער אייבערשטער צערנט אויף דעם, מען פארלירט אלעס אויב מען חנפ'עט און מען ביקט זיך צו א בשר ודם, מען דארף זיך אינגאנצן מבטל זיין צום אייבערשטן, נאר צו אים גיין, נאר אים בעטן.


דאס איז איינע פון די טויזנטער זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען ביי מוהרא"ש, נישט חנפ'נען קיינעם, נישט מאכן קיין מציאות פון געלט און פון די וואס האבן געלט. ביי מהורא"ש איז ממש געווען די זאך וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, דער רבי זאגט, ווען משיח וועט קומען, מען וועט וועלן איינעם טשעפען וועט מען אים טשעפען אז ער האט געלט, דאס וועט זיין די גרעסטע בזיון, אז מען וועט וויסן מען האט געלט, ווען משיח וועט קומען וועט געלט שמעקן ווי צואה, און אזוי אין א געוויסע בחינה האבן מיר געשפירט ביי מוהרא"ש, עס איז נישט געווען די זאך פון געלט, מען האט נישט געמאכט פון דעם קיין עסק.


ברודער, אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט גיין בתמימות אין א ווינקל און זיך גוט אויסוויינען - וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט מאכן א גרויסע נס, דו וועסט האבן גרויס שפע, נאר שטארק זיך און דערהאלט זיך.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף, היינט נאכט - וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש אין לעיקוואד, אין אונזער בית המדרש. איך דארף אמאל אהין גיין זיי מחזק זיין, מען דארף אסאך אסאך חיזוק צו בלייבן פריש ביים רבי'ן, מיט א פרישע געפיל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.