מכתב יומי
כט תמוז תשע"ח
July 12 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ט תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע תלמידים שיחיו.
איך בעט אייך זייער אויב איר קענט זיך אנשטרענגען און שוין ארויס נעמען א בעט אינעם נייעם בנין אין אומאן, ווייל מיר דארפן ענדיגן דעם בנין. עס ווערט נענטער און נענטער צו ראש השנה און עס איז דא נאך אסאך ארבעט אז מיר זאלן קענען זיין דארט אויפן קומענדיגן ראש השנה הבא עלינו לטובה.
אנשטאט דינגען דעם בעט ממש פאר ראש השנה, זאלט איר מיר דאס יאר טון א טובה און דאס שוין יעצט דינגען, כדי מען זאל קענען צו ענדיגן די ארבעט אז דער בנין זאל זיין גרייט אין צייט.
אזוי אויך וויל איך אייך דערמאנען צו בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה; אין אומאן קען מען נאר אנקומען מיט אסאך תפילות, ווייל דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער שטארק אפצוהאלטן יעדן איינעם פון קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה וואס אין דעם איז תלוי אלע תיקונים. ער מאכט פאר יעדן איינעם אנדערע סארט מניעות, ביי איינעם איז דער מניעה 'געלט' - ער האט נישט קיין געלט צו פארן; ביי איינעם איז די מניעה די ווייב; ביי איינעם די משפחה; און ביי איינעם דער מענטש אליינס - מען האט מער נישט קיין געפיל אין דעם.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מו): "וְדַע, שֶׁהַמְּנִיעוֹת שֶׁיֵּשׁ לְכָל אֶחָד לַעֲבוֹדַת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ, כְּגוֹן לִנְסֹעַ לְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת וְכַיּוֹצֵא, וּלְכָל אֶחָד וְאֶחָד נִדְמֶה לוֹ שֶׁהַמְּנִיעוֹת שֶׁלּוֹ גְּדוֹלִים יוֹתֵר מִשֶּׁל חֲבֵרוֹ", יעדער מענטש גייט אריבער מניעות אין עבודת השם; צום ביישפיל ווען מען וויל פארן צום צדיק - גייט יעדער אריבער מניעות און יעדן איינעם דאכט זיך אז זיינע מניעות זענען שווערערע מניעות פון א צווייטן, "וְקָשֶׁה לַעֲמֹד בָּהֶם", און עס איז אים שווער צו ביישטיין זיין נסיון; "דַּע שֶׁלְּכָל אֶחָד אֵין לוֹ מְנִיעוֹת רַק כְּפִי כּחוֹ, כְּפִי מַה שֶּׁיָּכוֹל לָשֵׂאת וְלַעֲמֹד בָּהֶם אִם יִרְצֶה", זאלסטו וויסן - זאגט דער רבי - אז מען געבט נישט קיין מניעות פארן מענטש וואס ער קען נישט בייקומען, מען געבט יעדן איינעם מניעות נאר לויט זיינע כוחות; אויב גייסטו אריבער נסיונות דארפסטו וויסן אז דו קענסט דאס יא בייקומען, "וּבֶאֱמֶת אֵין שׁוּם מְנִיעָה, כִּי גַּם בְּהַמְּנִיעָה בְּעַצְמָהּ מְלֻבָּשׁ שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל אז מען קוקט מיט אן אמת זעט מען אז עס איז נישט דא קיין שום מניעה, ווייל אין די מניעה אליינס איז באהאלטן דער אייבערשטער; ווער ברענגט די מניעה? ווער מאכט דו זאלסט נישט האבן געלט? אדער ווער איז גורם אז דיין ווייב, משפחה, וכו' - זאלן דיר שטערן? אלעס קומט פונעם אייבערשטן; ער שטעלט אראפ א נסיון ווייל ער וויל זען צו וועם דו וועסט זיך ווענדן.
איין מניעה זאגט דער רבי איז יא א שווערע מניעה: "וְהַמְּנִיעָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַמְּנִיעוֹת - הִיא מְנִיעַת הַמֹּחַ, דְּהַיְנוּ מַה שֶּׁמֹּחוֹ וְלִבּוֹ חֲלוּקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹ מֵהַצַּדִּיק", דער גרעסטער מניעה איז, ווען דער מענטש הייבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק, "זֹאת הַמְּנִיעָה מוֹנֵעַ אוֹתוֹ יוֹתֵר מִכָּל הַמְּנִיעוֹת", דאס איז דער גרעסטער צוריק האלט פארן מענטש צו ווערן אן ערליכער איד; ווייל כל זמן דער מענטש ברענט צום אייבערשטן, מען האט א געפיל צום רבי'ן, מען וויל פאררעכטן אלע שלעכטע מעשים און מען זוכט א תיקון אז מען זאל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט, אפילו דער מענטש זאל האבן מחלוקת מבית ומחוץ, אדער אנדערע שוועריקייטן, וועט ער זיך קריגן מיט די מניעה און עס בייקומען, אבער אז דער מענטש אליינס לעשט זיך אויס, ער פארלירט זיין אמונה, ער הייבט אן טראכטן: 'וואס דארף איך פארן קיין אומאן וכו'?' דאס איז דער גרעסטער מניעה. דער מענטש הייבט אן טראכטן: 'איך דארף נישט קיין תיקון', און עס שטערט אים שוין נישט וואס ער טוט, עס טוט אים מער נישט וויי ווי אזוי ער זעט אויס - דאס איז א שווערע מניעה.
זאגט דער רבי: "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", די עצה אויף דעם איז שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ: "הייליגער באשעפער וואס האט דא פאסירט מיט מיר?! אמאל פלעגט מיר וויי טון מיינע מעשים, אמאל האט מיר געבאדערט ווי אזוי איך זע אויס, איך פלעג פארן קיין אומאן מיט אזא אמונה אז דער רבי וועט מיר ווייזן דעם וועג צוריק צו קומען צו דיר, אבער ליידער היינט איז מיר אלעס אויסגעלאשן; איך בין ווי א טויטער מענטש, א מת שפירט נישט די צער ווען מען שטעכט אים, אזוי אויך בין איך אזוי ווייט פון קדושה, איך שפיר נישט אז עפעס פעלט מיר"; דאס איז די עצה ווען מען הייבט אן האבן קשיות אויף וואס צדיקים זאגן, "קֻשְׁיָא" איז די רָאשֵׁי תֵבוֹת: "שְׁמַע יְיָ קוֹלִי אֶקְרָא", "שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.
דערפאר זאלט איר שוין מאכן אסאך תפילות אז איר זאלט זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.