מכתב יומי

כח תמוז תשע"ח

July 11 2018

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך גייט צוויי סדרות – מטות און מסעי. דעם שבת ענדיגן מיר סדר במדבר און מען גייט שרייען: "חֲזַק, חֲזַק, וְנִתְחַזֵּק", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ער לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י, אזוי אז ביז סוף וואך ענדיגט ער די גאנצע פרשה.


זע צו לערנען יעדן טאג אביסל משניות וואס דאס וואשט אפ א מענטש פון אלע זיינע שלעכטע מעשים, ועל כולם זע צו לערנען יעדן טאג לכל הפחות א דף גמרא וואס דאס פארברענט אלע קליפות. עס איז נישט דא נאך א זאך פון וואס דער יצר הרע האט אזוי מורא ווי פון לימוד גמרא; ער וועט אלעס לאזן דעם מענטש טון - אבי נישט עפענען די גמרא.


היינט ביים שיעור גמרא האבן מיר ארום גערעדט וועגן דאס גרויסקייט צו טרעפן א נקודה חשובה ביי יעדן איד, אזוי ווי די גמרא רעכנט אויס (זבחים פט.): "כָּל הַמְקֻדָּשׁ מֵחֲבֵרוֹ קוֹדֶם אֶת חֲבֵרוֹ", מען טרעפט ביי יעדע זאך א צווייטע סארט נקודה חשובה, דם חטאת איז מכפר, אברי עולה איז כליל, און אזוי ווייטער; דאס ווייזט אונז אז מיר זאלן טרעפן אויף יעדן איינעם א מעלה.


בפרט א מלמד דארף זוכן אויף יעדע קינד א מעלה וואס דער קינד האט אין זיך מער פון א צווייטן; אזוי אויך ווען מען האט א שטוב מיט קינדער דארפן די עלטערן טרעפן אין יעדן קינד א דבר חשוב. ווייל ווי אזוי מען קוקט אויפן קינד אזוי וואקסן זיי אויף; אויב עלטערן האלטן נישט פון זייער קינד וועט דאס קינד נישט קענען וואקסן.


און אזוי אויך ביי זיך אליינס; מען דארף האלטן פון זיך, אזוי ווי מיר האבן געהאט אינעם היינטיגן שיעור פון נ"ך; עס שטייט ביי יהושפט המלך (דברי הימים-ב יז, ו): "וַיִּגְבַּהּ לִבּוֹ בְּדַרְכֵי ה'" ער האט געהאלטן פון זיין עבודת השם; פארדעם שטייט אז ער האט געהאט אסאך געלט און כבוד, זאגט דא דער פסוק אז נישט פון דעם האט ער געהאלטן, נאר ער האט געהאלטן פון זיך אז ער דינט דעם אייבערשטן. דער גר"א זאגט (שם): "כִּי הַמִתְגָּאֶה בְּדַרְכֵי ה' מִתְאַמֵּץ לְהוֹסִיף כָּל פַּעַם", ווען א מענטש האלט פון זיך מיט דעם וואס ער דינט דעם אייבערשטן, וועט דאס אים צוברענגען צו דינען דעם אייבערשטן מער און מער.


דעריבער זאלסטו זיך זייער פרייען מיט יעדע נקודה וואס דו דינסט דעם אייבערשטן, אזוי וועסטו טון מער און מער גוטע זאכן.