מכתב יומי
ל סיון תשע"ח
June 13 2018
‹ ›בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן גייט אלעס גרינגער, אבער אז מען טיילט זיך אפ פונעם אייבערשטן דעמאלט מוטשעט מען זיך זייער שטארק.
אזוי ווי מיר זעען ביים מזבח; ביים צווייטן בית המקדש האט מען צוגעלייגט צום מזבח נאך אפאר אמות ווייל עס איז נישט געווען קיין פלאץ אויפן מזבח פאר אלע קרבנות, פרעגן די הייליגע חכמים (זבחים סא:): ווי אזוי קען זיין אז עס איז נישט געווען קיין פלאץ אויפן מזבח, בים ערשטן בית המקדש זענען דאך געווען אסאך מער אידן, אזוי ווי עס שטייט (מלכים-א ד, כ): "יְהוּדָה וְיִשְׂרָאֵל רַבִּים כַּחוֹל אֲשֶׁר עַל הַיָּם", עס זענען געווען אזוי פיל אידן ווי זאמד ביים וואסער, און ביים צווייטן בית המקדש זענען געווען אסאך ווייניגער? ענטפערט די גמרא: "הָתָם אֵשׁ שֶׁל שָׁמַיִם מְסַיְּיעָתָן, הָכָא אֵין אֵשׁ שֶׁל שָׁמַיִם מְסַיְּיעָתָן", ביים ערשטן בית המקדש איז געווען א פייער פון הימל און דאס האט שנעל פארברענט די קרבנות, ממילא איז גענוג געווען א קליינע מזבח, אבער ביים צווייטן בית המקדש איז נישט געווען א פייער פון הימל, דעריבער האט מען געדארפט האבן א גרויסער מזבח מען זאל קענען נאכקומען די פילע ארבעט.
זעט מען פון דעם אז מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם טאג טעגליכן ארבעט, דאן קומט מען אן צו אלעם, אבער אז מען נעמט נישט אריין דעם אייבערשטן אינעם ארבעט איז נישט דא קיין פלאץ און צייט נאכצוקומען די ארבעט. דעריבער בעט איך דיר טייערער ... שטארק דיך אין אמונה, בעט דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס דרוקט דיר, דערצייל אים אויס אלסדינג - וועט דיר גרינגער ווערן אין לעבן, ווייל אז מען האט דעם 'אש של שמים' מען לעבט מיטן אייבערשטן, "מסייעתן", האט מען צייט און כח און מען קומט אן מיט אלעמען.
וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן; דער רבי וועקט אונז אויף פון שלאף, דער רבי דערמאנט אונז אז מיר זאלן ארויפקוקן צום הימל - געדענקען אז דער אייבערשטער פירט די וועלט. מיר געפונען ביי די מלחמה פון עמלק, ווען משה רבינו האט געהאלטן זיינע הענט צום הימל האבן די אידן מנצח געווען, פרעגן חכמינו הקדושים (ראש השנה פרק ג, משנה ח): "וְכִי יָדָיו שֶׁל משֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה?" צי טוט דען משה רבינו'ס הענט מאכן מען זאל מנצח זיין אדער פארלירן, "אֶלָּא כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְׂרָאֵל מִסְתַּכְּלִים כְּלַפֵּי מַעְלָה וּמְשַׁעְבְּדִין אֶת לִבָּם לַאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם, הָיוּ מִתְגַּבְּרִים; וְאִם לָאו, הָיוּ נוֹפְלִין", נאר וואס דען, משה רבינו איז געזיצן און געוויזן מיט זיינע הענט אויף ארויף, ער האט געזאגט פאר די אידן: "קוקט ארויף צום אייבערשטן!" "האטס נישט מורא פון עמלק"; עמלק וויל אונז שוואך מאכן, ער כאפט די מענטשן וואס פאלן אראפ אין עבירות און ער זאגט זיי: "דו ביסט שוין פארפאלן", "דו ביסט שוין דערנאך", קומט משה רבינו און ווייזט אויף ארויף, משה רבינו זאגט: "קוק נישט וואס עמלק זאגט, הער נישט צו דעם יצר הערע, קוק צום אייבערשטן".
אמאל האט דער רבי געפרעגט איינעם פון די תלמידים: "האסט שוין היינט געקוקט אויפן הימל?" דער איד איז געווען א גרויסער עושר און ער איז געווען אריין געטון אין זיינע געשעפטן, ער האט אינגאנצן פארגעסן אז עס איז דא א בורא כל עלמים וואס ער פירט דער וועלט; דאס טוט דער רבי מיט אונז אלע, ער וועקט אונז אויף פון שלאף, דער רבי זאגט אונז: "קוק אויפן הימל; קוק עס איז דא א באשעפער", כאפ אריין עפעס גוטס וואס וועט איבער בלייבן, אזוי ווי דער תנא זאגט (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד", א מענטש נעמט נישט מיט אויף יענע וועלט - נישט קיין געלט און נישט קיין גאלד, נאר תורה, מצות און מעשים טובים.
זיי מחזק דיין ווייב, געב איר א גוט ווארט; געדענק וואס דער הייליגער זוהר זאגט (תיקוני זוהר, הקדמה ב.): "קַמְצָן נָבָל בְּמָמוֹנֵיהּ, דְּלָאו אִיהוּ נָדִיב וְלָאו אִיהוּ מִזַרְעָא דְאֲבָהָן", א קמצן איז א נבל און ער שטאמט נישט פון אידן; א קמצן מיינט מען נישט נאר דער וואס קארגט אויף געלט, א קמצן איז אויך בדיבור, מען קארגט גוטע ווערטער, מען קארגט קאמפלימענטן, דערפאר זאלסטו זען איר צו געבן גוטע ווערטער - נאר דו וועסט מרוויח זיין דערפון.
היינט נאכט איז די פרויען צוזאמקום; זע צו בלייבן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען קומען זיך מחזק זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.