בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים'
לימוד התורה, כולל, בין הזמנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט ארויסכאפן צו לערנען יעדן טאג; אפילו יעצט אום חודש תשרי וואס עס איז נישטא קיין כולל דארף מען לערנען די הייליגע תורה.


דו ווייסט דאך ווי שטארק מוהרא"ש פלעגט חוזק מאכן פון "בין הזמנים"; מוהרא"ש פלעגט זאגן: "נישטא אזא זאך ווי 'בין הזמנים', איינמאל איז דא 'בין הזמנים', ווען א מענטש שטארבט, צווישן די מיתה און דאס באגראבן - דעמאלט איז 'בין הזמנים', דעמאלט האט דער נפטר גרויס צער, ה' ישמרינו, אבער כל זמן מען לעבט איז נישטא 'בין הזמנים'".


איך בעט דיר זייער טייערער ... נרו יאיר, נוץ אויס דיינע יונגע יארן; יעצט האסטו דיינע שענסטע יארן. האסט חתונה געהאט, האסט שוין א ליכטיג קינד, האסט אן אשת חיל; זאלסטו לערנען און דאווענען.


איך און מאמי האבן אזויפיל נחת יעדעס מאל מיר הערן גוטע גריסן אז דו לערנסט און דאווענסט, דאס געבט אונז כח אויף ווייטער.


יישר כח פאר'ן דאווענען פסוקי דזמרה, עס איז געווען זייער שיין.