בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#121 - געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה
כולל, קינדער, הכרת הטוב, נחת, קירוב

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזער קהילה, און פאר די כולל, ובפרט פארן מקרב זיין מיינע קינדער אין כולל.


מיינע קינדער האבן מיר באוויזן די צעטלעך וואס די רבנים האבן זיי געגעבן ביים זיך פארהערן הלכות בשר בחלב, דאס איז פאר מיר אזא גרויסע שמחה; איך וויל דו זאלסט וויסן אז דאס איז מיר מיין גרעסטע זאך, און איך בין דיר זייער מכיר טובה, און איך בעט דיר דו זאלסט אויך מקרב זיין מיין זון דער חתן ווען ער וועט חתונה האבן און גיין אין שטעטל, אים אריינשלעפן אין כולל, אים געבן צו שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין, און עס זאל נישט ארויסגיין פון דיר קיין שום מכשול, דו זאלסט האבן א געוואלדיגע סייעתא דשמיא, און נחת ביי דיינע קינדער געזונטערהייט מיט דיין בני בית, אמן.

#120 - די זכות פון לערנען מיט אנדערע, וועט דיר העלפן
כולל, לימוד התורה, הלכה, לערנען

בעזרת ה' יתברך - ערב סוכות, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד האברך היקר לי מאוד הרב ... שליט"א


איך פריי זיך זייער אז דו האסט זיך פארהערט ביי חשוב'ע רבנים אויף גאנץ בשר בחלב, און דו האסט גאר גוט געקענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מצליח זיין ווייטער לערנען הלכות תערובות, מליחה, טרפות, און גאנץ יורה דעה חלק א; ללמוד וללמד, ווייטער לערנען מיט אינגעלייט וואס דארפן א סעד לתמכו.


און א גרויסן יישר כח פארן מקרב זיין מיין זון הרב ... שליט"א, אים געבן טועם צו זיין פון די זיסקייט פון די הייליגע תורה, ובזכות לערנען מיט אנדערע זאלסטו מצליח זיין צו לערנען מיט אמת, און געדענקען, און צו אלע מדריגות פון לערנען לשמה.

#119 - ערב שבת פון חצות דארף מען זיין אין שטוב
כולל, פרנסה, ראש ישיבה, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


עס איז נישט ריכטיג צו גיין אין די פרייטאג כולל וואס דיין טאטע מאכט, און צוליב דעם אהיים קומען ממש ביים זמן, דיין טאטע מאכט דאס פאר זיין געגנט אין קרית יואל, אבער אז דו דארפסט נאך פארן ביזן שטעטל – איז דאס נישט ריכטיג, און אז דיין טאטע וועט האבן צער אז דו קומסט נישט אין זיין כולל – זאלסטו אים ווייזן דעם בריוו, אז דער ראש ישיבה זאגט מען קען נישט אנקומען אהיים ערב שבת די לעצטע מינוט.


זארג נישט פאר פרנסה; דו פלעגסט באקומען אין די ערב שבת כולל הונדערט דאלער א וואך, יעצט ווען דו וועסט זיין אין שטוב אין צייט העלפן אנגרייטן דעם שבת – וועסטו באקומען אסאך מער געלט. די אלע אינגעלייט וואס ארבעטן פרייטאג און קומען אהיים די לעצטע מינוט; זיי מיינען אז זיי מאכן געלט, באמת מאכן זיי נישט קיין געלט, ווייל ערב שבת נאך חצות קען מען גארנישט פארדינען, נאר אין דמיון פארדינט מען; אזוי ווי קליינע קינדער וואס שפילן 'קויפן און פארקויפן', און אפילו מען פארדינט האט מען נישט קיין ברכה אין די געלט.


ערב שבת, פון חצות – איז דא נאר איין זאך צו טון: זיין אין שטוב אנגרייטן דעם שבת, און אז מ'קען זיך אביסל אראפלייגן און אביסל לערנען און אפווארטן דעם שבת.


וואויל איז דעם וואס ווארט אפ שבת, וועט ער האבן נחלה בלי מצרים (שבת קיח.).

#118 - איין גליון קען ראטעווען און העלפן א מענטש
כולל, הפצה, גליון, חיזוק, ישיבות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וזאת הברכה א', צווייטע אות פון שם הוי"ה, י"ב תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר, לעיקוואד


ווען איך האב גענומען דיין ענוועלאפ פון "פדיון נפש" האט מיך זייער געכאפט ביים הארץ ווי דו שרייבסט אז די יאר האסטו מפיץ געווען אין שטאט לעיקוואד הונדערט צוואנציג טויזנט גליונות, וואו! דאס איז א שיינע נומער, דאס איז א שיינע מתנה צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה.


די יאר זאלסטו ווייטער עוסק זיין אין פארפלייצן אלע שולן אין לעיקוואד מיט די גליונות; סיי אין אידיש, אין לשון הקודש און אויך אין ענגליש. אויך זאלסטו גיין אין כוללים, ווייל די כולל אינגעלייט דארפן גאר אסאך חיזוק. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב.): "כָּל הַגָדוֹל מֵחֲבֵירוֹ", ווי גרעסער מען איז, "יִצְרוֹ גָדוֹל הֵימֶנוּ", דארף מען מער חיזוק; די אלע אינגעלייט און אויך בחורים וואס לערנען אין ישיבה דארפן מער חיזוק ווי אינגעלייט און בחורים וואס ארבעטן; זאלסטו גיין אין די כוללים און ישיבות מיט די גליונות, מיט די קונטרסים, מחזק זיין די בני הנעורים זיי זאלן בלייבן ביים אייבערשטן, און בלייבן ביי די תורה.


די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כא.), אילפא און רבי יוחנן זענען ביידע געווען אין כולל און געלערנט תורה, אבער עס איז איבערגעגאנגען אויף זיי וואס איז אריבערגעגאנגען, זענען זיי ביידע ארויס פון כולל, אויפן וועג ארויס זענען זיי געזיצן אונטער א שוואכע וואנט, במקום סכנה, זענען צוויי מלאכים געקומען, זאגט איין מלאך פארן צווייטן: "לאמיר זיי הרג'ענען, ווייל זיי האבן אפגעלאזט דאס לערנען תורה", זאגט דער צווייטער מלאך: "ניין, טשעפע נישט, ווייל איינער פון זיי וועט נאך ווערן א גרויסער ראש ישיבה".


די גמרא פירט אויס, רבי יוחנן האט געהערט די שמועס, אבער אילפא האט דאס נישט געהערט, און רבי יוחנן איז צוריק אין ישיבה, אין כולל און געווארן דער גרויסער רבי יוחנן, עד כאן.


נו, וואס זעסטו פון די מעשה? מיט אביסעלע חיזוק ווערט מען א רבי יוחנן; שטעל זיך פאר ווען אילפא טרעפט אויך א מפיץ (מלאך), און זאגט אים: "דראפע זיך און דערהאלט זיך" – וואלט געווען נאך א ראש ישיבה, רבי אילפא, אבער 'רבי אילפא לא שמע', ער האט נישט געטראפן א גליון וואס זאל אים זאגן: "אחי, חזק ואחוז עצמך בכל כוחך", והבן למעשה.

#117 - אריינגיין אין כולל, אביסל אויף אמאל
כולל, אביסל, אומאן ראש השנה, לערנען, ארבעט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו, ד' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אין אומאן ראש השנה, מיר האבן צעבראכן אלע מניעות; מיר דארפן זיך זייער פרייען, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "ווער עס איז געווען ביי מיר ראש השנה דארף זיך א גאנץ יאר זייער פרייען".


בנוגע אפלאזן די ארבעט און זיך אריינזעצן אין כולל לערנען; נעם די כלל פון 'תפשת מרובה לא תפשת, תפשת מיעוט תפשת' (סוכה ה.); פרוביר שטייטליך, אביסל אויף אמאל, זונטאג ווען מען ארבעט נישט און אלעס איז פארמאכט זאלסטו גיין אין כולל. רעד צום ראש הכולל ער זאל דיר געבן א חברותא, הייב אן מיט א האלבע טאג, פון צען ביז דריי אזייגער, און נאך א שטיק צייט זאלסטו לערנען דעם גאנצן סדר הכולל פון צען אזייגער אינדערפרי ביז זעקס אזייגער אווענט, זיבן שעה מיט א קליינע הפסקה, און אויב עס וועט אזוי אנהאלטן אפאר חדשים וועט מען גיין אויף נאך א טאג, און נאכדעם אויף נאך א טאג, אבער נישט אנהייבן מיט אפלאזן די ארבעט און נאכדעם וועט זיין 'לא תפשת', ווייל ווען מען וויל טון אסאך - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל - דעמאלט קומט מען אן צו טון אסאך; אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן א נייעם דערהער, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, און דאס האט מיך געמאכט טון זייער אסאך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#116 - ענדערש לערן מיט א פרישער אינגערמאן וואס קען נאכנישט
כולל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע מיט וועם איז ענדערש צו לערנען בחברותא, א פרישער אינגערמאן וואס האט נאכנישט די צוגאנג צום טור שלחן ערוך, און אים העלפן, אדער ענדערש איינער וואס לערנט שוין אפאר יאר וכו'.


אוודאי און אוודאי איז בעסער צו נעמען א אינגערמאן וואס האט נאכנישט ערפארונג וכו', דאס איז (משלי לא, כו): "'תוֹרַת חֶסֶד' עַל לְשׁוֹנָהּ", וואס די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (סוכה מט:): "תּוֹרָה לְלַמְּדָהּ, זוֹ הִיא תּוֹרָה שֶׁל חֶסֶד"; און אלע גדולים האבן דאס געטון, זיי האבן אוועק געגעבן זייער צייט צו לערנען מיט בחורים און אינגעלייט וואס האבן געקענט ניצן הילף ביים לערנען.


ובכן איז זייער כדאי צו לערנען מיט פרישע אברכים וואס נפשם חשקה בתורה, אבער זיי ווייסן נאכנישט וואס און ווען און ווי וכו', זיי העלפן אריינקומען בבית ה', לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו, בד' אמות של הלכה.


בזכות וואס מען העלפט אנדערע – באקומט מען א סייעתא דשמיא, מען איז זוכה צו הצלחה ביים לערנען.

#115 - יישר כח פאר'ן העלפן צאלן די כולל אינגעלייט
כולל, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


א גרויסן יישר כח פאר די פינף און צוואנציג טויזנט דאלער וואס איר האט געגעבן צו קענען באצאלן די כולל אינגעלייט וואס לערנען מיט גרויס התמדה און לערנען תורה מתוך הדחק, זייער גאנצע געהאלט איז אפאר הונדערט דאלער א וואך, מועט רבים שניים.


בזכות החזקת התורה, בזכות וואס איר העלפט מיר זאלט איר זוכה זיין צו די ברכה און הבטחה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כג:): "דְּרָחִים רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ בְּנִין רַבָּנָן", ווער עס האט ליב תלמידי חכמים וועט זוכה זיין צו זין תלמידי חכמים, "דְּמוֹקִיר רַבָּנָן הֲוֵי לֵהּ חַתְנוּתָא רַבָּנָן", און דער וואס האלט טייער תלמידי חכמים, ער העלפט זיי - וועט זוכה זיין צו איידעמער תלמידי חכמים; אמן.

#114 - באגלייטן די פרישע אינגעלייט אין כולל
כולל, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד הרב הגאון ר' יונה שליט"א, דומ"ץ וראש הכולל דקהילתינו


איך שיק דיר די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, איך וויל דו זאלסט עס אויסטיילן און די אינגעלייט וואס קומען נישט צייטליך זאלסטו זיי זאגן זיי זאלן ברענגען א צעטל זיך צייכענען ווען זיי קומען, איך פלאג זיך זייער צו שאפן געלט צו קענען באצאלן די אינגעלייט און עס טוט מיר וויי אז מען האלט נישט קיין זמנים.


אויך איז וויכטיג צו באגלייטן די פרישע אינגעלייט, זיי געבן צו טועם זיין פון די טעם פון לערנען טור בית יוסף וכו', עס איז וויכטיג דו זאלסט געבן צוויי מאל א וואך א שמועס אויף די הלכות וואס מען לערנט, און זען אז אלע זאלן מיט האלטן, אלע זאלן אריין פרעגן.


אויך האב איך הנאה אז מען קאכט זיך אין לערנען, מען טענה'ט זיך, מען שרייט וכו'; אזוי איז די וועג פון לערנען, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קדושין ל:), תלמידי חכמים וואס קריגן זיך אין לערנען, "את והב בסופה", און ביים סוף האבן זיי זיך ליב.

#113 - מחזק זיין דעם זון צו בלייבן ביים לערנען
כולל, תודה והודאה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ר' ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין זון ... נרו יאיר ער זאל בלייבן ביים לערנען, ער פלעגט זייער מצליח זיין ביים לערנען, ער קען וואקסן א גרויסער ערליכער איד, א שאד אז ער זאל זיך דרייען און פרייען וכו' וכו'.


עס לוינט זיך דו זאלסט אים העלפן מיט פרנסה, ווייל דיין זון קען וואקסן א גרויסער צדיק.


שטארק זיך, דאנק דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט מען מער נענטער צו אים, מען שפירט די געשמאקע, זיסע און איינגענעמע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן.

#112 - זיך איינשרייבן אינעם פראגראם פון "דרשו"
כולל, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו באזוכן נעכטן אין כולל אין שטעטל זען ווי פלייסיג ענק לערנען הלכה פון די גמרא, ראשונים ואחרונים – ביז הלכה למעשה.


איך וויל נאכאמאל דערמאנען אלע חברים וואס לערנען אין כולל מען זאל אויך לערנען יעדן טאג מיט די חברותא די בלאט גמרא פונעם טאג, און איך וויל דיר בעטן זאלסט רעדן צום ראש הכולל מען זאל לערנען און נעמען די בחינות פון "דרשו"; דאס קען זיין א הילף פאר די כולל אינגעלייט צו באקומען נאך אפאר דאלער, און בעיקר, אז אזוי וועט מען לערנען פלייסיג דעם דף גמרא; יעצט מסכת מנחות, און נאכדעם מסכת חולין, און אזוי ווייטער; עס קען זיין א גרויסע תועלת.


רעד מיטן דיין שליט"א און ווארעם אן אלע אינגלייט, אלע זאלן זיך איינשרייבן אינעם פראגראם פון "דרשו".

#111 - געבן שיעורים פאר אינגעלייט בימי השובבי"ם
כולל, הלכה, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד דער דיין שליט"א


איך וויל בעטן דעם דיין זאל געבן שיעורים פאר די אינגלייט, איבער פרישן די הלכות פון א אידישע שטוב, יעצט בימי השובבי"ם ווען אלע קהילות נעמען צאם די אינגעלייט און געבן זיי שיעורים צו קענען די הלכות, דאס איז תיקון השובבי"ם.


עס איז כדאי צו מאכן די שיעורים סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט.


נעכטן בין איך געווען אין כולל, איך האב געמיינט אז דו וועסט דארט זיין, איך האב געגעבן א קליינעם שמועס פאר די כולל אינגעלייט. הכרת פניהם ענתה בם, מען זעט אויף זיי א שמחה און א ליכטיגקייט, מען זעט ווי זיי הארעווען אין לערנען, א גרויסן יישר כח.

#110 - אז מען ווארט אויס, ווערט דאס לערנען זיס
כולל, לימוד התורה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט נישט אפלאזן דאס לערנען. וויסן זאלסטו, אין אנהייב איז דאס לערנען אן טעם, אבער אז מען ווארט אויס, מען בלייבט לערנען – ווערט עס זיס, ביז מען וויל דאס מער נישט אפלאזן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן יז), ווען מען הייבט אן שפירן די זיסקייט פון די תורה דארף מען שוין מער נישט קיין עולם הבא, מען וויל נאר די תורה אליין.


אויסער דיינע שיעורים וואס דו לערנסט אין כולל זאלסטו לערנען יעדן טאג מקרא איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, לערן שנים מקרא ואחד תרגום פון די וועכנטליכע פרשה; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, און אויך זאלסטו לערנען משנה, לערן אכצן פרקים משניות יעדן טאג, אויך זאלסטו לערנען די בלאט גמרא פונעם טאג. קומענדיגע וואך דינסטאג פרשת וארא הייבן מיר אן מסכת מנחות; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג די בלאט גמרא, אויך זאלסטו זאגן די יום תהלים יעדן טאג.


דאווען אלע דריי תפילות מיט מנין, לעש אויס די טעלעפאן ביים דאווענען, דאווען מיט א סידור אויף איין פלאץ, דאווען מיט מנין.


איך האב דיך ליב.

#109 - ווי אזוי צו לערנען שלחן ערוך
כולל, הדרכות, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, הרב ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז דו האסט דורך געלערנט הלכות שבת, ראשונים מיט אחרונים, און עס איבערגע'חזר'ט און זיך פארהערט און גוט געקענט, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין ווייטער אין לערנען, לברר שמעתתא אליבא דהלכתא.


יעצט ווען מען הייבט אן לערנען הלכות בשר בחלב זאלסטו געדענקען די דרך הלימוד וואס איך האב דיר געזאגט, ווי אזוי צו לערנען. זאלסט לערנען דעם טור בית יוסף מיטן ב"ח, אויך דעם דרישה ופרישה מיטן דרכי משה; לערן דאס נאכאמאל און נאכאמאל ביז דו ביסט קלאר מיט אלע שיטות ראשונים ואחרונים. נאכדעם לענען דעם מחבר רמ"א טורי זהב מיטן ש"ך, אויף דעם זאלסטו לערנען חוות דעת מיט פרי מגדים מיט יעדן נקודות הכסף. איך האף אז ביז סוף זמן וועסטו קענען גוט גאנץ הלכות בשר וחלב.


לייג זיך שלאפן פרי, נאך מעריב רעד נישט מיט קיינעם, נאר מיט דיין ווייב און קינדער. שטיי אויף פארטאגס, לערן דיינע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, בבלי, ירושלמי, תוספתא, מדרש און זוהר מיט ספרי רבינו.


אויך זאלסטו גיין התבודדות יעדן פארטאגס צווישן די ביימער, וויין זיך אויס צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין נאר צו טראכטן פון אים, נישט מסיח דעת זיין פון אים.

#108 - נישט מסכים אויף דיין סדר היום
כולל, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין נישט מסכים אויף דיין סדר היום, פון אויפשטיין טויזנט א זייגער, אז דו ווילסט ממשיך זיין אין כולל – דארפסטו קומען צייטליך. איך מוטשע זיך אזוי שטארק צו קענען צאלן צייטליך פאר די כולל אינגעלייט, עס קומט מיר אן אזוי שווער, איך זאג קלאר, איך צאל נאר פאר די כולל אינגעלייט וואס קומען אין צייט.


איך וויל דיר נישט וויי טון, איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אנהויבן קומען צייטליך. בעט דיין ווייב זאל דיך וועקן, זי שטייט דאך אויף צו די קינדער, זי לייגט זיי אויפן באס, בעט איר זי זאל דיך וועקן, זי זאל דיר העלפן מצליח זיין אין לערנען, ווייל עס איז א שאד דיינע יונגע יארן, דיינע שענסטע יארן – זאלן דיר אריבערגיין מיט שלאף.


איך זאג נאכאמאל, צו זיין אין כולל מוז מען היטן די זמנים, נאר ווער עס קומט אין צייט באקומט כולל געלט און די בענעפיטן וואס די כולל אינגלייט באקומען.

#107 - אויסהאלטן אן איידעם, ער זאל קענען לערנען
כולל, איידעם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך בין זייער איבער גענומען פון דיר און דיין ווייב, ווי ענק האבן אזא שכל צו אויסהאלטן ענקער איידעם, אים געבן קעסט ער זאל קענען לערנען; דאס איז דאך אזא הייליגע זאך, צו קענען העלפן דעם איידעם זאל לערנען, ער זאל נישט צעקוועטשט ווערן פון דארפן צאלן רענט.


הלוואי וואלטן ענק דאס געקענט אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, מען זאל ענק נאכמאכן, אז די אינגעלייט וואס האבן חתונה זאלן נישט דארפן גלייך פארמאכן די גמרא צו ברענגען פרנסה. בפרט דא אין שטעטל, ביי די וואס האבן א דירה, דאס וואס האבן איבער געבויט די בעיסמענט, און אנשטאט קאלעקטן אפאר דאלער פון א טענענט – זאל מען דאס ענדערש געבן פארן זון אדער איידעם אן בעטן רענט, ער זאל קענען אביסל לערנען, זיך אנגרייטן בקדושה ובטהרה פארן לעבן.

#106 - די זכיה צו העלפן די כולל אינגעלייט
כולל, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין עבודת הקודש פון זיין א גבאי צדקה פאר די כולל, ארויסהעלפן אונזער הערליכע כולל וואו עס זיצן אינגעלייט און לערנען בהתמדה רבה – הלכה. דעם זומער וועלן די אינגעלייט זיך פארהערן ביי רבנים און דיינים וואס זיי האבן געלערנט די לעצטע דריי יאר, גאנץ הלכות שבת, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיי אנהויבן לערנען יורה דעה חלק א'.


יעצט ווען מען האט אפגעטיילט די כולל פון די מנינים קענסטו ווייזן פאר די תומכים פון די פענסטער פון די אלטע שול, זאלן זיי זען די התמדה פון די כולל אינגעלייט און האבן די זכיה צו העלפן די אינגעלייט.


דעם קומענדיגן ראש חודש וועל איך נישט מאכן א סעודה מיט די תומכים וואס העלפן די כולל, היות איך בין אביסל אפגעמאטערט. זונטאג בין איך ארויסגעפארן קיין שטעטל צו די חומש סעודה פון מיין ערשטע און עלצטע אייניקל, נחמן נתן בן בני שלמה, און נעכטן בין איך געווען אין מאנהעטן, איך בין אריבער חקירות ודרישות אויף געלטער פון די מוסד וואס איינער האט געגעבן מיט יארן צוריק, און יענער האט זיך פארפלאנטערט וכו'. מען האט מיך אויסגעפרעגט צוויי שעה, און היינט נעם איך ארויס מיין משפחה אין שטעטל פארן זומער, און מארגן וועל איך זיין אין בית פיגא אויסטיילן פאר אלע תלמידות תעודות, און שפעטער פאר איך צוריק אריין אין שטאט צו א חתונה פון א תלמיד, (איך גיי נישט היינט צו חתונות, אבער די חתונה איז אן אויסנאם, דער חתן האט זיך אוועק געגעבן כמעט צען יאר פאר די מוסד, ער האט געהאלפן מיט די גאנצע הארץ).


דעם קומענדיגן ראש חודש וועט אויך נישט זיין שייך צו זיצן מיט די תומכי הכולל, ווייל ראש חודש מנחם אב געפאלט שבת. אם ירצה ה' חודש אלול קענען מיר מאכן צוויי באזונדערע סעודות ביידע טעג ראש חודש, לויט וויפיל תומכים עס וועלן זיין.


אז דו ווילסט מצליח זיין - זאלסטו אנהויבן דיין טאג גאר פרי, דאווען די ערשטע מנין און הויב אן ארבעטן ווי פריער. נאכמיטאג זאלסטו העלפן אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - כולל געהאלט, נאר אויב מען קומט צייטליך
כולל, היטן די צייט

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד...


זיי מיר מוחל, איך קען דיר נישט צאלן די כולל געהאלט. דער ראש הכולל זאגט מיר אז דו קומסט טאג נאך טאג שפעט; וואלט עס געווען אן אונס, איינמאל אין א שטיק צייט - וואלט איך נישט אראפגערעכנט פון די קליינע געהאלט, אבער אז דאס איז באופן קבוע - קען איך נישט געבן די געהאלט.


א שאד, ביסט אזוי טייער און אזוי גוט, ביסט מער פון מיר, אבער צייטליך דארף מען קומען.


 

#104 - קענען מברר זיין שמעתתא אליבא דהילכתא
כולל, הלכה, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אינדערפרי ביי ברכת התורה זאלסטו זיך אויסוויינען, און אזוי אויך ביי אהבת עולם זאלסטו לאזן אפאר טרערן, און אויך זאלסטו גיין פארטאגס זיך מתבודד זיין, וויין צום אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען און קענען מברר זיין שמעתתא אליבא דהילכתא. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ח): "אַךְ לִזְכּוֹת לְזֶה הַשֵּׂכֶל שֶׁיּוּכַל לָלוּן לְעָמְקָהּ שֶׁל הֲלָכָה" ווי אזוי איז מען זוכה צו קענען צוטרעפן צום אמת, וויסן וואס איז מותר און וואס איז אסור? "הוּא עַל יְדֵי תְּפִלָּה" דאס איז דורך תפילה, "כִּי מִשָּׁם נִמְשָׁךְ הַשֵּׂכֶל", ווייל דורכדעם וואס מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן מען זאל פארשטיין דאס לערנען - ווערט פון דעם אזוי ווי א קוואל וואסער וואס טרינקט אן די פעלד, אזוי ווי דער רבי זאגט (דארט): "וּמֵהֵיכָן מְקַבְּלִין הַחָכְמָה וְהַשֵּׂכֶל, שֶׁהוּא בְּחִינַת הַמַּעְיָן, הוּא מֵהַתְּפִלָּה" דאס באקומט מען דורך תפילה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (יואל ד, יח): "'וּמַעְיָן מִבֵּית ה' יֵצֵא' הוּא הַתְּפִלָּה", דורך בעטן און דורך וויינען צום אייבערשטן איז מען זוכה צו אויסארבעטן הלכה למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - געבן א גוטע געפיל פאר אלעמען
כולל, שטעטל, דיינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרוס פון שטעטל, פסח בין איך געווען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט כמה פעמים: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אונזערע בחורים פאר קיינעם", אזוי אויך זאג איך דיר: "מיר האבן זיך נישט וואס צו שעמען מיט אנשי שלומינו"; עס איז מיר געווען א תענוג צו זיין אינאיינעם דעם יום טוב, איך האב זיך זייער געבענקט צו דיר.


בנוגע כולל; איך וויל דו זאלסט צאמנעמען די כולל אינגעלייט און אפשמועסן מיט זיי די פלאן פאר דעם זומער זמן הבא עלינו לטובה, ווי אזוי מען זאל צאמנעמען גאנץ הלכות שבת, אלע זאלן זיין גרייט צו ענדיגן הלכות שבת און זיך פארהערן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף איז דא א נדבן וואס וויל העלפן די כולל אינגעלייט וואס פארהערן זיך און קומען מיט א כתב פון רבנים אויף די בחינה, און פאר יעדע כתב געבט ער טויזנט דאלער, יעדער אינגערמאן וואס וועט זיך פארהערן ביי רבנים וועט באקומען די געלט.


אויך וויל איך דיר בעטן, אויסער דעם וואס דו ביסט דיין פאר די קהילה, דו שטייסט גרייט בייטאג און ביינאכט צו ענטפערן שאלות פאר אלעמען, זאלסטו אויך זיין ראש הכולל, זיין א הילף פאר די כולל אינגעלייט, זען אז אלע זאלן מצליח זיין, אלע זאלן האבן חברותות, אלע זאלן מצליח זיין צאמצונעמען די הלכות וואס מען לערנט די לעצטע דריי יאר, יעדע אינגערמאן זאל באקומען א גוטע געפיל אזוי ווי דו האסט אליין געזען די פאר יאר וואס דו האסט זוכה געווען צו לערנען אין קארלסבורג כולל, ווי ער האט געשעצט און געגעבן כבוד פאר יעדע צורבא מרבנן, אפילו פאר אינגעלייטלעך, ווי ער האט האט זיך אויפגעשטעלט פאר יעדן און געגעבן א גוטע געפיל פאר אלעמען, און דאס האט זיי געשטופט צו לערנען און מצליח צו זיין אין לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#102 - איבערלאזן כולל און קומען העלפן אין חדר
כולל, חדר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט קומען העלפן אין חדר דעם מנהל, דער אינגערמאן וואס האט געהאלפן ביז אהער - האט זיך אפגעזאגט, און מיר דארפן איינער זאל העלפן דעם מנהל מיט די מלמדים; וויל איך דיר בעטן זאלסט איבערלאזן כולל און קומען העלפן אין חדר.


פורים האסטו מיר געזאגט - ווען דו ביסט געווען שיכור - איך זאל דיר נישט אוועק נעמען פון כולל, דו ווילסט בלייבן אין כולל, אבער זאלסט וויסן אז דאס לערנען תורה מיט קינדער נעמט נישט אוועק פון זוכה זיין צו כתרה של תורה, מען קען ביידע, און אז דער רבי האט אונז באפוילן (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און רבי נתן שרייבט אז דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות, דארף דאס זיין די ערשטע זאך און די הייליגסטע זאך.


איך וויל דיר בעטן, אין אנהויב זאלסטו מיר דערציילן אלעס פון חדר, אפילו קלייניקייטן, און דיינע פראגעס זאלסטו פרעגן דעם מנהל, און מיט די צייט וועסטו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - דער מאן פארמאכט דעם טעלעפאן ביים לערנען
כולל, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בשלח, ו' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געליינט אייער בריוו.


וויסן זאלט איר, עס איז נישטא קיין גרעסערע גליק אויף די וועלט ווי די פרוי וואס איז זוכה אז איר מאן לערנט תורה. דאס לעבן גייט אריבער ווי א שאטן,  חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה צו, ב), אויפן פסוק (דברי הימים-א כט, טו): "כַּצֵּל יָמֵינוּ עַל הָאָרֶץ וְאֵין מִקְוֶה", ווי א שאטן וואס גייט פארביי גייען דורך די יארן פון א מענטש, "הַלְּוַאי כְּצִלּוֹ שֶׁל כּוֹתֶל, אוֹ כְּצִלּוֹ שֶׁל אִילָן, אֶלָּא כְּצִלּוֹ שֶׁל עוֹף בְּשָׁעָה שֶׁהוּא עָף", עס גייט דורך אזוי שנעל, נישט ווי א שאטן פון א וואנט, און נישט ווי דער שאטן פון א בוים, נאר ווי א שאטן פון א פייגל וואס פליט, און נאר תורה, תפילה ומעשים טובים - בלייבט איבער.


אז אייער מאן פארמאכט זיין טעלעפאן במשך די שעות וואס ער זיצט אין כולל און לערנט - זאלט איר זיך פרייען, דאס וואס איר הערט שמועסן וכו' אז נאר א שלעכטער מענטש הייבט נישט אויף די טעלעפאן ווען די ווייב רופט, דאס מיינט נישט דער מענטש וואס לערנט תורה אדער איז פארנומען מיט ברענגען פרנסה וכו' וכו', דאס רעדט מען פון א הולטיי וואס טוט גארנישט אין לעבן, און אז דו ווייב ווארט וכו', און אז מען שמועסט אפ אהיים צו קומען און ער מאכט זיך נישט וויסנדיג, זי וויל ער זאל קומען העלפן, הייבט ער נישט אויף די טעלעפאן, אבער אז דער מאן לערנט תורה און לעשט אויס זיין טעלעפאן, נישט נאר פאר אייך, נאר פאר יעדן - זאל עס אייך נישט באדערן.


ווי גליקליך זענט איר אז אייער מאן לערנט, אייער מאן דאווענט, אייער מאן איז א צדיק; וויפיל זענט איר שולדיג דעם אייבערשטן אים צו לויבן און אים צו דאנקען. דאס איז די שכר וואס פרויען זענען זוכה, אז זיי לאזן דעם מאן לערנען, און זיי שטארקן זיך און זיי פארקוקן אויף די צייטווייליגע הנאות וואס בלייבט גארנישט דערפון, עס גייט אוועק ווי א חלום, און ווי רויך.


שטארקט זיך, לאזט נישט דעם סמ"ך מ"ם אריין ביי אייך אין שטוב, דאס איז די עצבות ומרה שחורה וואס וויל אייך צעברעכן, לאזט אים נישט, ווארפט אים ארויס מיט שמחה און מיט תודה והודאה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - אנשי שלומינו זאלן העלפן די כולל מיט גרויסע סכומים
כולל, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ערשטנס, א גרויסן דאנק פארן מיר העלפן שאפן געלט פאר די כולל, עס איז זייער א גרויסע זכות צו העלפן לומדי תורה זאלן קענען לערנען בהתמדה און נישט חס ושלום דארפן אפלאזן דאס לערנען.


איך בעט דיר זאלסט זיך שטארקן און נאך מער אראפנעמען פון מיר דעם עול פון צאלן די כולל אינגעלייט. עס טוט מיר וויי אז איך קען נישט צאלן צייטליך, שוין אפאר וואכן וואס איך קען נישט צאלן די כולל אינגעלייט; מאך א התעוררות צווישן אנשי שלומינו, ביי די בעלי בתים, זיי זאלן העלפן מיט גרויסע סכומים, אז אונזער כולל זאלן האבן א קיום.


אויך זאלסטו זיין זייער פרייליך אז אונזער פלאג און מי – איז פאר גוטע זאכן; פארן משמש זיין דעם רבי'ן. אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב תחי'.

#99 - נישטא בעסערס און זיסערס פון די הייליגע תורה
כולל, התחזקות, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, י"ג טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך ווארט צו הערן פון דיר, איך ווארט צו הערן פון דיין לימוד התורה. הלואי וואלסטו געקומען אין כולל לערנען שלחן ערוך מיט א חברותא אזוי ווי אמאל, עס איז נישטא עפעס בעסערס און זיסערס ווי לערנען די הייליגע תורה.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך בעבודת השם, דאס איז דער עיקר אין לעבן, לערנען און דאווענען און טון מעשים טובים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#98 - דיין מעשר געב פאר לומדי תורה
כולל, תהלים, מעשר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זע צו זאגן יעדן טאג תהילים, הלוואי אז דו קענסט צוריק אנהויבן זאגן יעדן טאג דעם יום תהילים. לייג תהילים אלס דיין ערשטע שיעור, אינדערפרי זאלסטו גלייך נאך ברכות התורה נעמען א תהילים און זינגען צום אייבערשטן, און פלעכט אריין דיינע אייגענע לויב און דיין אייגענע געבעט; דאס וועט דיר ברענגען א שידוך (ספר המידות אות חיתון, סימן ט).


דיין מעשר געב פאר לומדי תורה. העלף אינגעלייט וואס זיצן און לערנען תורה מתוך הדחק, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם אות צדקה, סימן ט): "מִצְוָה לָזוּן אֵלּוּ שֶׁעוֹסְקִים בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵאֵלּוּ שֶׁאֵין עוֹסְקִין", עס איז א מצוה צו געבן צדקה פאר די וואס לערנען תורה; דאס וועט זיין א זכות פאר דיין נשמה, עס וועט ווערן גערעכנט ווי דו אליין זיצט און לערנט א גאנצן טאג.

#97 - אוועקגעבן אייגענע פארגעניגן אז דער מאן זאל לערנען תורה
כולל, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט אזוי גליקליך, איר האט א מאן וואס לערנט תורה און דינט דעם אייבערשטן; עס איז טאקע שווער ווען מען זעט ווי די חבר'טעס פארברענגען מיט די מאן, זיי גייען און קומען וכו', און אייער מאן לערנט און לערנט, איר גייט אליין, איר קומט אליין, אבער אז מען טראכט פון תכלית, וואס בלייבט פונעם מענטש? נאר די תורה, נאר די עבודת השם, און דאס גרויסע שכר וואס די פרויען באקומען פארן העלפן דעם מאן לערנען תורה. אזוי ווי דער הייליגער רבי עקיבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (כתובות סג.): "שלי ושלכם שלה הוא", מיין גאנצע תורה און ענקער גאנצע תורה - איז אלעס בזכות מיין ווייב; זי האט מוותר געווען אויף אירע פארגעניגן אז איר מאן רבי עקיבא זאל לערנען תורה.


איך וועל מחזק זיין אייער מאן ער זאל מאכן צייט פאר אייך וכו', אבער אייך בעט איך איר זאלט זיך שטארקן און אוועק קוקן אויף די אייגענע פארגעניגן אבי אייער מאן זאל קענען לערנען תורה, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא, איר וועט געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות, וימלא ה' כל משאלות ליבך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.