בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
מיר קומען שוין נענטער צום גרויסן יום הדין און מיר פארן שוין קומענדיגע וואך צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן, איך וויל דיר שרייבן אפאר ווערטער ווי אזוי אויסצוניצן ראש השנה ביים רבי'ן.
דער עיקר פון ראש השנה איז תקיעת שופר, ווייל ווען מען בלאזט שופר דרייען זיך איבער אלע וועלטן צו רחמים וחסדים, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ויקרא רבה כט, ג), ווען אידן בלאזן שופר גייט דער אייבערשטער אראפ פון כסא דין צו די כסא רחמים, די גאנצע וועלט ווערט אנגעפילט מיט רחמים וחסדים; על כן זאלסטו אויסניצן די הייליגע מינוטן פון שופר בלאזן, און אז דו קענסט זיך טובל'ען איז זיכער כדאי, און אז עס איז נישטא קיין מקוה אין דיין שול זאלסטו ענדערש בלייבן אין שול און זיך אנגרייטן מיט קאפיטלעך תהלים און מיט זאגן די שטיקלעך זוהר, און מיט אייגענע תפילות, און צווישן די תקיעות זאלסטו זיך מתוודה זיין; דעמאלט זענען אלע הימלען אפן, עס איז דא א גרויסע התעוררות אין אלע הימלען, די שופר טוט דערמאנען די זכות פון עקידת יצחק, די מסירות נפש פון די אבות הקדושים אברהם, יצחק און יעקב.
ליבער ברודער, זיי מיר מוחל, וועט דער אייבערשטער דיר אויך מוחל זיין, מיר דארפן דאך אויך מען זאל אונז מוחל זיין, און אז מיר זענען יעדן איינעם מוחל – וועט מען אונז אויך מוחל זיין און אונז פארשרייבן א גוט געבענטשט יאר, און צו המתקת הדינים, און צו אלע ישועות ורפואות.
א כתיבה וחתימה טובה.