בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וארא, כ"ד טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן אז די חתונה אין ישיבה זאל אריבער גיין מיט הצלחה, און פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי.
דו האסט מיר דערציילט אז מען האט דיר קריטיקירט וכו'; איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט נעמען דעם כלל אין לעבן: "אז מען וויל נישט באקומען קריטיק, זאל מען גארנישט טון", ווייל ווער עס טוט און העלפט א צווייטן וועט מען נאר האבן טענות אויף אים.
בפרט ווען מען ארבעט מיט א רבים און מען העלפט אידישע קינדער, דעמאלט וועט מען נאר האבן טענות. אזוי ווי מיר געפינען אין מדרש (ויקרא רבה י, ב): ישעיהו הנביא האט שפאצירט ביי זיך אין בית המדרש, פלוצלינג הערט ער א קול ווי דער אייבערשטער זאגט (ישעיהו ו, ח): "אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ?" וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא דער גרויסער צדיק עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים, זיי האבן געזאגט: קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארן דיבור? ער האט געהייסן עמוס ווייל ער איז געווען 'עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ', ער האט נישט געקענט רעדן קלאר; האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן, אזוי ווי עס שטייט (מיכה ד, יד): "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; וועם קען איך יעצט שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט פארן אייבערשטן: "הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶיךָ לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע מענטשן, זיי זענען ווידערשפעניגערס, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "אויב אזוי, אז דו ביסט מסכים צו שלינגען און צו ווערן פארשעמט וועסטו זוכה זיין צו זיין מער ווי אלע נביאים".
זעט מען פון דעם אז ווען איינער נעמט זיך אונטער צו העלפן דעם אייבערשטנ'ס קינדער, און "עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם" - אפילו מען וועט אים וויי טון און טשעפען וועט ער ווייטער טון זיינע גוטע מעשים, וועט ער זוכה זיין צו זייער גרויסע זאכן.
אסאך מאל טראכט איך צו מיר: 'מה לי ולצרה הזאת?' באשעפער אין הימל וואס דארף איך ארבעטן מיט מענטשן, בפרט מיט בחורים? ווייל ווער עס ווייסט און ווער עס טוט מיט בחורים ווייסט וואס דאס מיינט; דו קענסט ארבעטן מיט א מענטש און זיך פשוט אוועק געבן פאר יענעם דיין גאנצע לעבן, דיין צייט, דיין אייגענע ווייב און קינדער, און ביים סוף כאפט מען א ביס פון אים! אז דו טוסט נישט פונקטליך אזוי ווי ער וויל, הייבט ער אן אויסצודרייען די גאנצע מעשה, ער ווערט ברוגז אויף דיר וכו' וכו'.
דו אליינס האסט מיטגעהאלטן במשך די אלע יארן פון ווען דו ביסט אריין געקומען אין ישיבה ביז היינט - וואס מענטשן זענען; דו קענסט זיך צערייסן פאר יענעם, אלעס אוועק געבן פאר יענעם, און צום סוף ווערט יענער ברוגז אויף דיר און זוכט דיר נאר צו באגראבן.
אבער באמת ווענדט זיך וואס דער מענטש וויל, אויב וויל מען מרבה זיין כבוד שמים דעמאלט ווערט מען נישט צעבראכן ווען דאס פאסירט. אזוי ווי מוהרא"ש וואס האט זיך אפגעגעבן מיט תלמידים מיט מסירות נפש און צום סוף האבן אים זיינע אייגענע תלמידים געוואלט אונטער ברענגען; אבער מוהרא"ש האט נישט אויפגעגעבן, נאר ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט'ן מחזק זיין אידישע קינדער, אזוי ווי דער בערגערס זון (סיפורי מעשיות, מעשה י' מבערגיר ועני) ווען ער האט דערציילט פארן מלך דעם סוד און ער האט אים פארשיקט צוויי הונדערט מייל איז ער געגאנגען צו נאך א מלך דערציילן דעם סוד, און ווען יענער האט אים אויך פארשיקט צוויי הונדערט מייל האט ער נישט אויפגעגעבן נאר ער איז געגאנגען צו נאך א קעניג מגלה זיין דעם סוד.
אונזער גאנצע כוונה מיט אונזער ארבעט דארף זיין איין זאך, שיתגדל ויתקדש שמיה רבה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.