בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ווער עס רעדט קעגן דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), פון זאגן ווערטער פון תורה - איז א נישט גוטע סימן, ווייל אן ערליכער איד וועט קיינמאל נישט מבטל זיין פון זאגן די ווערטער פון תורה.
אנטלויף פון די וואס קילן דיך אפ און מאכן א געשפעט פון סדר דרך הלימוד, טענה נישט מיט קיינעם. זיי קלוג, זיי נישט נאריש, ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר וועט מען זען דאס גרויסקייט פון דער וואס האט געפאלגט בתמימות ופשיטות, געלערנט די הייליגע תורה און געפאלגט דעם הייליגן רבי'ן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד), אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוואוסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט.
מוהרא"ש זאגט, די ווארט מסכת איז די ווערטער פון כ"ת ס"מ, ווייל מיטן לערנען און ענדיגן א מסכתא איז מען אים מבטל, אים מיט זיין כת, און דערפאר פארלייגט ער זיך זייער אויף ס'יום מ'סכתא א'ין ל'עשות, די ראשי תיבות איז זיין נאמען, ער קען נישט אויסהאלטן אז מען לערנט גמרא און מען מאכט סיומים, דאס איז אים מבטל, און נאר אז מען לערנט תורה קען מען עומד זיין בנסיון מיט די ביטערע שווערע נסיונות, בפרט יעצט זומער ווען אין גאס פלאקערט א פייער השם ישמרינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.