בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר
דעם שבת נאכן דאווענען האב איך געהאט א נס, איך בין געפאלן און זיך גוט צעקלאפט אלע מיינע ביינער, א נס אז איך האב זיך געקענט אויפשטעלן און אהיים גיין מאכן די סעודה.
גלייך ווען דאס האט פאסירט האב איך געזאגט פאר דעם אינגערמאן וואס האט מיך געהאלפן אויפשטיין: "איך ווייס פארוואס דאס האט פאסירט, איך האב גלייך געמאכט א חשבון הנפש אז איך האב איינעם מצער געווען און איך דארף יענעם איבערבעטן".
פארוואס שרייב איך דיר דאס? ווייל דו ביסט יעצט אריבער וכו', און עס ווארט דיר א משפט וכו', זאלסטו זיך מאכן א חשבון הנפש און זאלסט איבערבעטן יעדן וועם דו האסט וויי געטון.
דא רעדט מען נישט פון גערעכט, אוודאי ביסטו אלץ גערעכט, איך טראכט אויך איך בין גערעכט, אבער אפילו אזוי, אפילו ווען מען איז גערעכט דארף מען אויך אכטונג געבן נישט וויי צו טון א צווייטן, און זיכער נישט שלאגן א צווייטן.
די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין נח:), ווער עס שלאגט א איד איז דאס אזוי ווי ער שלאגט כביכול דעם אייבערשטן, און ווער עס שפייט אויף א איד איז כאילו ער שפייט דעם אייבערשטן אין פנים, און אזוי ווייטער ; זאלסטו זיך בארעכענען, און אויב זענען דא וואס זענען וויי געטון – זאלסטו איבערבעטן, ווייל דא רעדט מען נישט פון זיין גערעכט, אך און וויי פאר דעם וואס איז גערעכט און שלאגט, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פארן רב רבי אהרן ווען ער האט דערציילט דעם רבי'ן אז ער האט געגעבן א פראסק פאר איינעם, און ער האט מסביר געווען פארן רבי'ן אז ער איז גערעכט, האט אים דער רבי געזאגט: "און גערעכט זאלסטו אויך נישט זיין?" אזוי ווי צו זאגן, אוודאי ביסטו גערעכט, אוודאי האלסטו זיך גערעכט, און מיט וואלסטו דאס נישט געדארפט טון.
אז דו וועסט איבערבעטן אלע וועם דו האסט וויי געטון און זיך פארנעמען מער נישט צו ניצן קיין הענט אויף א איד – וועסטו ארויסגיין זכאי בדין.