בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אלע גוטע מעשים פונעם מאן, וועט די ווייב באקומען די זעלבע שכר
משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך דאנק אייך זייער פאר אלעס וואס אייער מאן נרו יאיר טוט פאר אונזערע מוסדות, איך ווייס עס איז נישט גרינג, איר האט אלעס אוועק געגעבן אבי צו העלפן די מוסדות; דער אייבערשטער וועט ענק באצאלן מיט גוטס, מיט נחת, מיט גליק און פרייד.


אלע גוטע מעשים וואס דער מאן טוט – וועט די ווייב באקומען שכר אזוי ווי ער, אויב זי העלפט אים, זי נעמט א גלייכע חלק אין אלע זיינע גוטע מעשים.