בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ד' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך בענק זיך זייער צו דיר, שוין אזוי לאנג וואס איך הער נישט פון דיר; מיט אנשי שלומינו פון ארץ ישראל קומט מיר שוין מער אויס זיך צו זען ווי מיט דיר, א שאד מיר זעען זיך נישט, איך האף דו דינסט נאך דעם אייבערשטן, איך האף דו לערנסט דעם רבינ'ס ספרים; ווייל ווען מוהרא"ש איז אמאל געווען מיט אנשי שלומינו אין שטאט ברסלב צו גיין צום ציון פון מוהרנ"ת האט מוהרא"ש געזען א גוי שפאצירן מיט א הונט, און מוהרא"ש האט געזאגט: "קוקט א ברסלב'ע ערל און א ברסלב'ע הינטל", מוהרא"ש איז אריין אין א שמועס אז מען קען זיך דרייען אין ברסלב, מען קען וואוינען אין ברסלב, אבער אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים איז אלעס א דמיון.
ליבער ברודער, מאך זיך א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן, חיי מוהר"ן, שיחות הר"ן, ספר המידות, סיפורי מעשיות, און בעיקר אין ספרי אשר בנחל, וואס איז ווי א תמצית פון רבינ'ס ספרים, ווייל נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים קען זיך רופן א ברסלב'ער, און אויך נאר אז מען איז מקיים וואס דער רבי זאגט, און נאר אז מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך וואס דער רבי זאגט – האט מען שייכות מיטן רבי'ן.
אויך זאלסטו אריינקוקן אין די בריוו פון "עצתו אמונה", מענטשן זאגן אז די בריוו איז זיי מחי' ומחזק, עס ווייזט זיי א וועג אין לעבן; לערן דו אויך די בריוו, מאך זיך א קביעות צו לערנען די בריוו, וועסטו אסאך פארדינען פון דעם.