בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אנטון די הייליגע ציצית
ציצית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


האסט מיר געזאגט אז דיין ווייב האלט דיך פאר וואו דיין ציצית איז, ווען דו האלסט איר פאר וועגן איר צניעות, זי טענה'ט "און וואס איז מיט דיר אז דו טראגסט נישט קיין ציצית...?"


וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט אנטון די הייליגע ציצית. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), ציצית היט פון ניאוף, און די מענטשן וואס פרעגן 'ווי קען זיין איך גיי מיט ציצית און עס פלאקערט נאך אין מיר די תאוות ניאוף?' איז דער ענטפער צוויי, ערשטנס, וואס וואלט געווען אן די ציצית? מה-דאך מיט די ציצית וואס די הייליגע חכמים זאגן זאגן אז דאס היט פון עבירות, ווי אזוי וואלסטו אויסגעקוקט אן דעם? צווייטנס, מען דארף טון די מצוה מיט שמחה, מען דארף זיך פרייען מיט די ציצית, ווייל די תאווה פון ניאוף קומט דורך עצבות ומרה שחורה השם ישמרינו, און אז מען פרייט זיך מיט די ציצית - איז מען אפגעהיטן פון שלעכטס.


קויף זיך א שיינע ציצית און יעדן אינדערפרי זאלסטו מאכן מיט גרויס שמחה א ברכה אויף די טלית קטן, (אזוי ווי אונזער מנהג איז, מען מאכט א ברכה אויפן טלית קטן און אויך אויפן טלית גדול); דאס וועט דיך היטן פון שלעכטס. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (מנחות מד.), עס איז געווען א מעשה מיט א מענטש וואס האט זייער שטארק געהיטן די מצוה פון ציצית, ער איז פארשלעפט געווארן אין א נסיון פון טון אן עבירה מיט א גוי'ה, ער האט אפגעשמועסט מיט איר א צייט און באצאלט די געלט, ער איז אהין געפארן, און ווען ער איז אנגעקומען האט זי אים אויסגעלייגט זעקס זילבערנע בעטן, און א זיבעטע בעט פון גאלד, און ווען ער איז שוין געווען ביי די זיבעטע בעט, שיער נישט געטון די עבירה רחמנא לצלן - האט אים זיין ציצית געפאטשט אין פנים, ער האט זיך דערשראקן און אראפ פון די בעט, און זיך געזעצט אויף דער ערד. זי איז געווארן זייער דערשראקן, זי האט נאך קיינמאל נישט געהאט איינער זאל אוועק גיין פון איר, זי איז אויך אראפ פון בעט און זיך געזעצט אויף דער ערד, און זי האט אים געזאגט: "איך שווער אז דו גייסט נישט אוועק פון דא איידער דו זאגסט מיר וואס פאר א שלעכטע זאך דו האסט געזען אין מיר", האט ער געזאגט: "איך שווער אז איך האב נישט געזען נאך אזא שיינע פרוי ווי דיר, נאר דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די מצוה פון ציצית, און עס שטייט ביי די מצוה 'אני ה' אלוקיכם', עס שטייט צוויי מאל, איין מאל זאגט דער אייבערשטער 'איך בין באגלייבט צו באשטראפן דער וואס טוט עבירות', און א צווייטע מאל זאגט דער אייבערשטער 'איך בין דער וואס וועט געבן שכר פאר די וואס טוען מיינע מצוות'", ווען זי האט דאס געהערט האט זי אים געזאגט: "איך לאז דיך נישט אפ ביז דו זאגסט מיר וואס איז דיין נאמען, וואס איז די נאמען פון דיין שטאט, דיין רבי'ס נאמען און די נאמען פון דיין ישיבה", ער האט איר געשריבן אויף א צעטל די אלע אינפארמאציע.


די גמרא דערציילט, זי האט פארקויפט איר גאנצע פארמעגן און צעטיילט די געלט; א דריטל האט זי געגעבן פאר די רעגירונג, א דריטל האט זי געגעבן פאר ארעמעלייט, און א דריטל האט זי מיט גענומען מיט זיך, זי האט אלעס פארקויפט אויסער די בעט געוואנט וואס זי האט אים דעמאלט אויסגעבעט, און זי איז געגאנגען צו די ישיבה פון דער הייליגער רבי חייא, און געבעטן: "רבי זיי מיך מגייר", רבי חייא האט איר מגייר געווען און איר געזאגט: "גיי האב חתונה מיט דעם תלמיד, דאס איז דיין מתן שכר אויף די וועלט, און אויף יענע וועלט ווייס איך נישט ווי גרויס דיין שכר וועט זיין"; פון די גמרא זעט מען אז ציצית איז א שמירה פארן מענטש ער זאל נישט אריינפאלן אין ניאוף, און אויך איז מען זוכה צו א הייליגע שלום בית, זיין חתונה געהאט הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.