בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
א גרויסן יישר כח פארן מיר ראטעווען מיין עסן דעם יום טוב ווען מיין פרידזשידער איז געגאנגען שלאפן, עס זאל נישט פארדארבן ווערן, מיטן מיר ברענגען א פרידזשידער. בזכות די חסד זאלסטו זוכה זיין צו גרויס הצלחה.
דאס וואס דו פרעגסט, דו ווילסט פארשטיין וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "'וְהַוָא"ו שֶׁבְּתוֹךְ הָאָלֶף' דִי מִיטְלְסְטֶע שְׁטְרִיךְ, אַזוֹי וִוי דֶער אוֹת ו', וָואס לוֹיפְט אִינֶעם א – 'הוּא רָקִיעַ' אִיז אַזוֹי וִוי דֶער הִימְל"; דו ווילסט וויסן וואס האט די אות ו' צוטון מיט די הימל?
דער היילגער זוהר זאגט (הקדמת התיקונים, דף ז.): "וא"ו שבאל"ף דמתקריא רקיע", די אות אל"ף איז אזוי ווי א יו"ד פון אויבן, א יו"ד פון אונטן, און אינדערמיט איז ווי א וא"ו. די אויבערשטע יו"ד איז מרמז אויף די 'מים אשר מעל הרקיע' די וואסער וואס איז העכער די הימל, און די אונטערשטע יו"ד איז די 'מים אשר מתחת לרקיע', און די וא"ו אינדערמיט - דאס איז די הימל, און עס איז דא אינעם אות א' די צען ספירות וואס די וועלט איז באשאפן געווארן דורך זיי, וואס זיי זענען כביכול א לבוש פארן אייבערשטן. די אויבערשטע פינטל, די יו"ד וואס איז אויבן - דאס ווייזט אויף שלש ראשונות, כתר חכמה בינה, און די וא"ו פון אינמיטן, די א' - דאס זענען די זעקס ספירות חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, און די אונטערשטע פינטל, די אונטערשטע יו"ד - איז די מלכות; דאס אביסל פאר אונז צו פארשטיין, די אויבערשטע פינטל דארט איז נאר אייבערשטער, דאס איז די מדריגה פון די גרויסע צדיקים וואס שפירן און זעען נאר אלוקות, און מיר מענטשעלעך וואס מיר זענען ווי אזוי מיר זענען, מיר זענען אין א גוף וואס ציט צו גשמיות, מיר זענען ביי די 'מים אשר מתחת לרקיע', אלעס איז פארשטעלט, מען זעט נישט, מען שפירט נישט אלוקות - דאס איז וואס שטייט אין זוהר (תיקונים ה) אז די מים התחתונים וויינען און זאגן: "אנן בעיין למהוי קדם מלכא" מיר ווילן זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן און זען נאר אלוקות אין יעדע זאך, און אז די מים התחתונים זאלן זוכה זיין צו קומען צו די נקודה העליונה דארף דאס אריבערגיין די רקיע, די שטריך וואס זעט אויס ווי א וא"ו, מען דארף אריבערגיין דעם הימל וואס איז 'שמים'; פַארְוָואס רוּפְט מֶען דִי הִימְל שָׁמַיִם? וַוייל שָׁמַיִם אִיז דִי וֶוערְטֶער אֵשׁ וּמַיִם פֵייעֶר אוּן וַואסֶער, וַוייל דִי הִימְל אִיז צַאמְגֶעשְׁטֶעלְט פוּן דִי צְוֵויי זַאכְן, אוּן וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט אַרִיבֶּער בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים, מֶען פַארְשֶׁעמְט אִים אוּן עֶר שְׁוַוייגְט אָפּ - וֶוערְט אִין אִים אַזוֹי וִוי אַ הִימְל, עֶס לוֹיפְן אִין אִים אַרִיבֶּער דִי צְוֵויי זַאכְן, אֵשׁ וּמַיִם, פֵייעֶר אוּן וַואסֶער; ווייל עס איז נישט מעגליך אנצוקומען צו די הויכע מדריגה פון די צדיקים וואס זעען און שפירן דעם אייבערשטן שטענדיג - נאר דורכדעם וואס מען גייט אריבער בזיונות און שפיכות דמים, ווען מען ווערט אויספרובירט דורכדעם וואס מען ווערט פארשעמט און מען שווייגט אפ, דעמאלט ווערט צאמגעשטעלט דער גאנצער אות א', די אונטערשטע פינטל מיט די אויבערשטע פינטל, און מען איז זוכה צו קומען צו די מדריגה פון אדם לשבת על הכסא.
עס איז כדאי זאלסט לערנען ליקוטי מוהר"ן מיט די גרינגע זיסע פירוש פון שפתי תפתח, וואס איז בעצם נישט קיין אייגענע חידושים נאר א תמצית פון ספר הקדוש שפת הנחל און פון אשר בנחל, אראפגעברענגט פאר אונז פשוט'ע קליינע מענטשעלעך וואס פארשטייען נאכנישט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט ביים שלום זכר פון זיין זון שלמה אפרים זכרונו לברכה, ווען ער האט מגלה געווען תורות פאר אנשי שלומינו, און ווען זיי האבן געזאגט אז זיי פארשטייען נישט וואס דער רבי זאגט האט דער רבי געזאגט: "ווער איז אייך שולדיג אז איר האט נישט קיין ידיעה אין איידלקייט", קוק נאך אין ספר פעולת הצדיק אות תק"מ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.