בעזרת ה' יתברך - יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
א גרויסן יישר כח פארן העלפן במשך די זומער וואכן די מוסדות, איך בין זיכער אז דו וועסט בזכות דעם האבן הצלחה; ווייל ביים העלפן דעם רבי'ן דערלייגט מען נישט, מען פארדינט בזה ובבא.
מיר פארן שוין קיין אומאן, אין אומאן איז מיר שווער זיך צו מצמצם זיין צו שרייבן בריוון, איך שרייב דיר שוין יעצט אפאר נקודות אויף למעשה, ווי אזוי דיין נסיעה זאל דיר אריבערגיין.
ליבער ברודער, ביים ציון קען מען אלעס פועל'ן, און אז מען עקשנ'ט זיך, מען בעט ביים ציון אויף די זאכן וואס מען וויל פועל'ן – באקומט מען; דער צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה האט געזאגט: "ביים רבינ'ס ציון אז מען עקשנ'ט זיך – פועל'ט מען"; זאלסטו אויסניצן די צייט און קומען צום ציון מיט אן אמת און א ביטול, זוך א ווינקעלע און בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר שיקן דיין ישועה, און בעט פאר דיין עיקר ישועה, דו זאלסט זוכה זיין צו קענען דינען דעם אייבערשטן, דו זאלסט קענען לערנען און דאווענען, זיך קענען היטן פון שלעכטס, און דער עיקר זאלסטו זיך עקשנ'ען אז דו גייסט קיינמאל נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, און אפילו דו זעסט ווי עס גייען אריבער אזויפיל טעג און יארן און גארנישט רוקט זיך נישט (על כל פנים אזוי זעט דיר אויס) – וועסטו נישט אפלאזן די עצות פון רבי'ן, פון זיך מתבודד זיין, און פון זיך פרייען מיט יעדע גוטע זאך; און זיכער נישט אפלאזן די אמונה, דו וועסט בלייבן בענקען צום אייבערשטן דיין גאנץ לעבן.
ברודער, מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צו אזא רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז און איז אונז מחזק מיט אלע סארט חיזוק אז מיר זאלן זיך נישט מייאש זיין, און אפילו מיר זעען ווי עס גייען אריבער אזויפיל צייט און מען איז נאכנישט זוכה צו קומען צו די קדושה – זאלן מיר ווייטער בענקען, וועלן און האפן; וואויל איז אונז און וואויל איז אונזער חלק.
א כתיבה וחתימה טובה.