בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך בין ווייך צו יענעם, איז דער אייבערשטער ווייך צו מיר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


קומענדיגע וואך זאכן מיר שוין סליחות, אלע קומען ערנסט אין שול, מען וויינט, מען בעט רחמים ותחנונים.


נאכן ענדיגן זאגן סליחות, מען האט זיך אויסגעוויינט, מען האט מקבל געווען גוטע קבלות, דו קומסט ארויס פון שול, און דו זעסט אז דיין חבר האט זיך פארטשעפעט מיט דיר, דיין קאר איז פארשטעלט, אדער עפעס אנדערש; וואס גייט יעצט געשען? ער גייט כאפן פון דיר א באקס, דו גייסט שרייען אויף אים; אויב אזוי וואס איז מיט די סליחות...? דער אייבערשטער זעט אלעס, ער זעט ווי אזוי דו פירסט זיך צו אנדערע, און פינקט ווי אזוי דו פירסט זיך מיט א צווייטן – וועט מען זיך פירן מיט דיר. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ח:): "בַּמִדָּה שֶׁאָדָם מוֹדֵד בָּהּ", ווי אזוי דער מענטש מעסט א צווייטן, "מוֹדְדִין לוֹ", מעסט מען אים.


על כן בעט איך דיר, יעצט בימי הסליחות ווען מען דארפן אזויפיל רחמנות מען זאל אננעמען אונזערע חרטות, אונזער געבעט; לאמיר זיך פירן מיט א צווייטן מיט רחמנות, און אז איינער האט דיך געשטערט ביים פארן מיטן קאר, אדער צוגענומען דיין פלאץ וואו דו פארקירסט דיין קאר וכדומה – זאלסטו נישט נקמה נעמען, זאלסט נישט ווערן בכעס, זאג: "גם זו לטובה", און טראכט: 'פון הימל פרובירט מען מיך אויס צו זען אויב מיין זאגן סליחות איז מיט אן אמת, פון הימל פירט מען די אלע זאכן מיך אויסצופרובירן אויב מיינע ווערטער וואס איך זאג: 'רַחֲמָנָא דְעָנֵי לִתְבִירֵי לִבָּא עֲנֵינָא', איז מיט אן אמת, לאמיר זען אויב זיין הארץ איז צעבראכן..., 'רַחֲמָנָא דְעָנֵי לְמַכִּיכֵי רוּחָא עֲנֵינָא', לאמיר זען אויב דער מענטש האט טאקע א ווייכע הארץ, אים צו העלפן, 'הַשְׁתָּא בַּעֲגָלָא וּבִזְמַן קָרִיב, וְנֹאמַר אָמֵן'.


א כתיבה וחתימה טובה.