בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך קען מיך נישט איינהאלטן, איך מוז דיר שרייבן וואס איך האב יעצט געזען ביים זאגן תיקונים, רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תיקון סח, דף צט.): "גַּן עֵדֶן 'מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב' (משלי יח, כב), גֵּיהִנָּם 'וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה' (קהלת ז, כו), וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא, 'לֵב חָכָם לִימִינוֹ, וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ'" (שם י, ב), מורא'דיג, מורא'דיג, צוויי מענטשן זיצן איינער נעבן צווייטן, איינער זיצט אין גן עדן, ער לעבט א זיסע לעבן, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר זיין ווייב און קינדער, ער זאגט 'מָצָא טוֹב', עס איז מיר גוט, און דער אנדערער נעבעך איז אין גיהנם, ער זאגט 'עס איז מיר ביטער, עס איז מיר שוין בעסער דער טויט', ער האט טענות אויף די ווייב, אויף אלעס וואס דער אייבערשטער געבט אים.
וועסטו מיינען אז דער ערשטער האט עפעס בעסער פונעם צווייטן? ניין, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", ביידע איז אין הארץ, 'לֵב חָכָם', דער קלוגער זוכט גוטס, ער קערט זיך – 'לִימִינוֹ', ער זוכט גוטע נקודות ביי זיך, ביי די ווייב, ביי די שכנים וכו' וכו', און דער צווייטער, 'וְלֵב כְּסִיל', די הארץ פונעם נאַר – 'לִשְׂמֹאלוֹ', ער קוקט נעגעטיוו, ער קוקט לינקס, ער זוכט די חסרונות ביי זיך, ביי די ווייב, ביי די שכנים, משפחה וכו' וכו'.
איינער הענגט אויף אויפן טיר: "ברוכים הבאים לגן עדן, משפחת...", און דער שכן שרייט: "גיהנם..." ער זוכט ווי ער קען נאר אנטלויפן פון שטוב.
אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס דרייט אונזער קאפ שטענדיג לימין, מיר זאלן זוכן דאס גוטס ביי זיך, ביי די ווייב, ביי די קינדער וכו'.