בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרויסקייט פון שבת שקלים
שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת תרומה, שקלים, א' דראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת איז זייער א גרויסע שבת, שבת ראש חודש אדר, און אויך שבת פרשת שקלים. דער הייליגער צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "איך ווארט שוין אויף די ד' פרשיות זיך צו קענען זען מיטן אייבערשטן פנים בפנים"; די צדיקים האבן אונז אויסגעזאגט אז אין די שבתים ליגט עפעס גרויסע זאכן, מיר זעען נישט, אבער מיר גלייבן אין די ווערטער פון צדיקים, און אז זיי זאגן אז די שבתים זענען גרויסע שבתים - דארפן מיר זיך זייער פרייען און אסאך בעטן דעם אייבערשטן זוכה זיין צו מקבל זיין די הייליגקייט וואס עס קומט אין די צייט.


ביים דאווענען זאגן מיר די יוצרות, סיי ביי שחרית און אויך ביי מוסף, מיר בעטן דעם אייבערשטן: "'אור פניך עלינו אדון נשא', הייליגער באשעפער איך וויל אויך זוכה זיין דיך צו שפירן און דיך צו זען, הייליגער באשעפער איך בין אזוי געפאלן, ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, דאווענען יעדן טאג מיט כוונה די דריי תפילות, ווען וועל איך זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג אלע מיינע שיעורים, מקרא משנה גמרא מדרש הלכה ואגדה וכו'? הייליגער באשעפער איך וויל שוין זיין גוט, איך וויל שוין זיין אפגעהיטן".


מוהרא"ש האט אלע יארן גערעדט פרשת שבת שקלים פארוואס מען דארף ברענגען נאר א האלבע שקל און נישט קיין גאנצע, ווייל דאס קומט אונז אויפוועקן פון די דמיון וואס מיר טראכטן אז 'איך אליין בין גאנץ, איך אליין בין גוט', די מצוה פון ברענגען נאר א האלבע שקל קומט צו לערנען אז א איד קען נאר זיין גאנץ מיט א צווייטן, סיי מאן און ווייב, סיי מיט אנדערע, מען מוז זיין בשלום מיט יעדן איינעם, נאר אזוי איז מען גאנץ. דאס בעט מען דעם אייבערשטן: "'ושקל אשא בבית נכון ונשא', איך וויל זוכה זיין צו זיין גאנץ מיט אנדערע, זיין גאנץ אין שטוב".


וואס וואלטן מיר געטון אנעם רבי'ן, אן די עצה פון זיך מתבודד זיין, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אין די אייגענע שפראך; דאס ראטעוועט אונז, און דאס מוזן מיר געבן פאר נאך אידן; מיר מוזן גיין הפצה, טון פאר אנדערע, עס זאל זיין א גאנצע שקל.


א פרייליכן שבת, א גוטן חודש.