בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרעסטע מצוה איז יענעם אויסצוהערן און געבן א גוטע געפיל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן היינט אינדערפרי אייער הודעה.


אייער מאן האט מיך געפרעגט וואס ענק זאלן זיך פארנעמען א גוטע קבלה פאר אייער געזונט.


יעצט ווען איר שרייבט מיר אז איר זענט מחזק מרת ... תחי', וויל איך אייך זאגן אז דאס איז די גרעסטע זאך; ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען מען איז מחזק זיינע קינדער, און אז איינער קלאפט אויף אייער טיר בעטן חיזוק - איז די גרעסטע מצוה יענעם אויסהערן און יענעם געבן די געפיל אז מ'פארשטייט יענעם.


דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת וירא, קד.): "בְּשַׁעֲתָא דְּקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִים לֵיהּ לְבַּר נָשׁ", ווען דער אייבערשטער האט ליב דעם מענטש, "מְשַׁדֵּר לֵיהּ דּוֹרוֹנָא", שיקט ער אים א מתנה, "וּמַאן אִיהוּ, מִסְּכֵּנָא", - א צעבראכענע הארץ; אז עס קומט א צעבראכענע הארץ צו אייער טיר - איז דאס א סימן אז דער אייבערשטער האט אייך ליב.


די יונגע ווייבלעך וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, זיי איז א גרויסע מצוה אויסצוהערן און געבן די געפיל אז זיי זענען נישט אליינס אויפ'ן וואסער.


א כתיבה וחתימה טובה.