בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
מוהרא"ש האט אונז געלערנט א נייע דערהער אין עבודת ה', עבודת ה' איז העלפן די ווייב מיט די פיצלעך, רחמנות האבן אויף איר און אויף די קינדער.
איך האב געהערט פון הרב ר' יצחק שליט"א, ער האט אליינס מיט געהאלטן ביי מוהרא"ש אין שטוב, אין די צייט ווען מוהרא"ש האט געהאט קליינע קינדער, ווי מוהרא"ש פלעגט העלפן אין שטוב, ווי ער פלעגט זיך פארען מיט זיי.
דער גרויסער צדיק מוהרא"ש, וואס האט שוין זוכה געווען נאך די חתונה צו די העכסטע מדריגות - האט אויך געהאלפן אין שטוב; איז דאך אוודאי מיר פשוט'ע מענטשן, וואס מיר זענען פארנומען רוב טאג מיט נארישקייטן, מיט שמועסן מיט מענטשן און בטלנ'ען די צייט, דארפן מיר תשובה טון; מיר דארפן אהיים גיין העלפן די ווייב מיט די פיצלעך קינדער.
א פרוי אז זי ברענגט קינדער און זי דארף זיך פארען אליינס - קען זי איבעררייסן די נערווען חס ושלום, דעמאלט איז זייער ביטער, יפה שעה אחת קודם; ענדערש העלפן פריער אז עס זאל נישט פאסירן קיין שלעכטס.
א כתיבה וחתימה טובה.