בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דו קענסט אויך עסן די סעודות שבת מיט מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר נישט איינגעלאדנט צו די שבת סעודות. אמאל האבן מיר גענומען געסט, היינט זענען ביי מיר די קינדער. א גאנץ זומער זענען מיינע חתונה געהאטע קינדער סמוך על שלחנו, קען איך נישט זיין א שיינער איד, נעמען געסט אויף די חשבון פון מיין ווייב; איך זיץ ווי א שיינער איד ביים טיש אויבן אן, און זי קומט נישט אן צו קענען זיצן ביי די סעודה.


איך בין זוכה יעדע וואך צו עסן די סעודת שבת ביי מוהרא"ש עד היום הזה. איך זינג "שלום עליכם", איך פארמאך זיך די אויגן, און איך מאל זיך אויס ווי איך זיץ ביים טיש פון מוהרא"ש. אזוי טו איך יעדע מאל איך זינג א ניגון פאר'ן שיעור, איך פארמאך זיך די אויגן און איך בין זיך מצייר ממש ווי איך זיץ יעצט ביי מוהרא"ש.


א כתיבה וחתימה טובה.