בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דיין ניגון פון יארן צוריק, איז מחי' אידן ביז היינט
תפיסה, ליקוטי מוהר"ן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ידידי היקר ... נרו יאיר, יבנאל


ערשטנס א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, אלע איינס ביי איינס זענען אזוי ליכטיג און טייער, אפגערעדט פון דיין זון ... נרו יאיר, ער פירט זיך מיט יראת שמים און לערנט פלייסיג; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נאר נחת פון אלעמען.


וואס מאכט מיך שרייבן דעם בריוו? נעכטן בין איך געגאנגען באזוכן אין תפיסה א טייערער איד וואס זיצט שוין עטליכע יאר, דערציילט ער מיר ווי ער האט אין תפיסה א ליקוטי מוהר"ן, און ער האט נישט געקענט מחליט זיין אויב ער זאל יא לערנען דעם ספר אדער נישט, ער איז ארום געגאנגען מיט די מחשבות א שטיק צייט, ביז איין טאג האט ער ארויפגעלייגט ניגונים אויף זיין עמ-פי-טרי (אין תפיסה איז דא א קיאסק, ווער עס פירט זיך אויף שיין קען באקומען רשות צו גיין מפעם לפעם אראפנעמען פונעם קאמפיוטער ניגונים), און ער דערזעט זיך מיט א ניגון פון דיר, דער ניגון: "גיי מיר לערנען ליקוטי מוהר"ן", ער האט דאס אויסגעהערט און געווארן צוגעקלעבט צו דעם ניגון און צו דיינע אלע ניגונים, ער האט דאס גענומען פאר א רמז פון הימל צו לערנען ליקוטי מוהר"ן און ער איז זיך זייער מחי' מיטן רבינ'ס ספרים, דאס געבט אים כח זיך צו דערהאלטן.


האסט יארן צוריק געזינגען און ארויסגעגעבן די שיינע קאסעטעס, און עד היום זענען זיך אידן אזוי מחי', ביז אין תפיסה זענען זיך מענטשן מחי' מיט דעם; דאס דארף דיר געבן א שטופ זאלסט ווייטער ארויסגעבן פון דיינע אוצרות, מחי' זיין כלל ישראל מיט ניגונים פון אמונה, בטחון, תקוה, שמחה וכו' וכו'.


נא להזכרינו על הציון ביבנאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.