בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
מזל טוב פאר דיין סיום הש"ס, דער אייבערשטער זאל העלפן יעצט זאלסטו טרעפן דיין שידוך, דיין באשערטע, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.
אנשי שלומינו האבן זייער הנאה געהאט חול המועד ביי די סיום הש"ס, עס האט יעדן איינעם געגעבן א קיצל זיך אויפצואוועקן און זיך אויפפרישן צו אנהויבן לערנען די הייליגע תורה על פי סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.): "אָמַר רָבָא, לְעוֹלָם לִיגְרִיס אִינִישׁ, וְאַף עַל גַּב דִמְשַׁכַּח, וְאַף עַל גַּב דְּלֹא יָדַע מַאי קָאָמַר, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים קיט, כ): 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", א מענטש זאל לערנען די הייליגע תורה אפילו ער פארגעסט וואס ער לערנט, און אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט. נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (שבת סג.): "לִיגְמַר אִינִישׁ, וַהֲדַר לִיסְבַּר", קודם דארף מען אסאך זאגן די ווערטער און נאכדעם קומט מען צו פארשטיין.
הויב אן נאכאמאל ש"ס, גיי אריבער ש"ס כסדרן, און שטארק זיך מיט אלע כוחות ביז דו וועסט טרעפן דיין שידוך. קום צוריק אין ישיבה דעם קומענדיגן זמן, איך האף צום אייבערשטן בקרוב וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.