בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך האב דיר געוואלט ווינטשן ראש השנה ביים רבי'ן
מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיר זייער געוואלט ווינטשן ראש השנה ביים רבי'ן, סיי ביי פדיון נפש און סיי ראש השנה ביינאכט ווען מען ווינטשט זיך לשנה טובה, איך האב דיך אבער נישט געזען, אבער וויסן זאלסטו אז איך האב געבעטן פאר דיר און דיין ווייב בפרטיות, איך האב מזכיר געווען ענקערע נעמען ענק זאלן זוכה זיין צו ישועות.


לכבוד די נייע יאר זאלסטו זיך מקבל זיין מעביר סדרה זיין יעדע וואך די פרשת השבוע, קענסט שוין אנהייבן בראשית אום יום טוב סוכות, לערן יעדן טאג אביסל חומש מיט תרגום, טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


א זיסע ליכטיג יאר.