בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - האסט ארויסגע'גנב'עט יעדן טאג אביסל תורה?
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט לערנען אביסל משניות, חומש און גמרא; נאר דאס וועלן מיר מיט נעמען אויף יענע וועלט.


איך געדענק ווי פלייסיג דו האסט געלערנט אין ישיבה, יעצט ווען דו ביסט טרוד על המחי' ועל הכלכלה ברענגען פרנסה, זאלסטו אויך ארויסכאפן אביסל תורה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפד) אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) ווען א מענטש קומט ארויף נאך די פטירה אויף יענע וועלט פרעגט מען אים: "קָבַעְתָּ עִתִּים לַתּוֹרָה?" זאגט דער רבי, אז 'קֶבַע' איז א לשון פון 'גְּזֵלָה', אזוי ווי עס שטייט (משלי כב, כג): "וְקָבַע אֶת קֹבְעֵיהֶם נָפֶשׁ", מען פרעגט די נשמה: "דו האסט ארויסגע'גנב'עט יעדן טאג אביסל תורה?" דערפאר זאלסטו זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום, אביסל משניות און גמרא.


איך האב דיר ליב און איך פריי זיך זייער דיר צו זען; איך זע דיר טאקע ווייניג ווייל דו וואוינסט ווייט פון מיר, אבער איך טראכט אסאך פון דיר.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.