בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, וואס האט אונז געזאגט צו לערנען כסדרן און שנעל, נישט קוועטשן נישט שטיין בלייבן, און אזוי איז מען זוכה צו לערנען און פארשטיין און צו ענדיגן כל התורה כולה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו האסט שוין זוכה געווען צו לערנען ששה סדרי משנה ניין מאל און אויך האסטו א שיעור אין תלמוד בבלי, האסט מסיים געווען מסכת עירובין; ווער עס איז טועם די טעם פון רבינ'ס וועג צו לערנען - ווערט אזוי צוגעקלעבט צו דעם, מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר לערנען תורה.
דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט ווי דו האסט מער געפיל אינעם סדר דרך הלימוד ווי אין די שיעורים ביי דיר אין ישיבה; דאס איז נישט קיין פראבלעם, דו זאלסט אכטונג געבן זיך צו פירן מיט דרך ארץ צו דיינע מגידי שיעורים און משגיחים, זאלסט זיך נישט מתחצף זיין, אזוי וועט מען דיך נישט שטערן, מען וועט דיך לאזן גיין דיין וועג און דו וועסט קענען לערנען אויף די זיסע וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן.
געב אכטונג נישט אריין צו גיין אין ויכוחים מיט קיינעם, ווייל די אלע וואס גייען אריין אין ויכוחים, מען טענה'עט 'איז דאס יא לערנען, איז דאס נישט לערנען' - לאזן אפ די הייליגע וועג, און אז מען לאזט אפ די וועג פון לערנען, האט מען נישט קיין שמירה קעגן די שווערע נסיונות. וואס באזני שמעתי, ווען איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר פון טייערע בחורים וואס האבן אמאל געהאט א געפיל אינעם דרך הלימוד, זיי האבן געהאט א שמירה, און ווען זיי האבן אויסגעהערט ליצנות האבן זיי דאס אפגעלאזט, און נעבעך נעבעך אין וואס פאר א ביטערע עבירות זיי זענען געפאלן, פונדרויסן זעען זיי אויס חסידי'שע בחורים מיט חסידי'שע קליידער, און נאר דער אייבערשטער ווייסט וואס זיי טוען רחמנא לצלן, על כן זאלסטו נישט מיט קיינעם מתוכח זיין. מוהרא"ש שרייבט שוין אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקַייט פוּן דֶעם 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד'. 'טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'' - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוֹת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.
וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ 'תּוֹרָה לִשְׁמָהּ' מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.