בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת כי תצא, י"ב אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ליכטיגער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
ברוכים הבאים בשם ה', איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געקומען וואוינען אין שטעטל, עס איז פאר די קהילה א כבוד צו האבן אזא טייערע משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין חן המקום ביי דיר און דיין משפחה, די שטעטל זאל דיר העלפן ווערן א בעסערער איד.
איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט מיר העלפן בויען די שטעטל. קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל מי און פלאג איך לייג אריין אינעם שטעטל, עס זאל זיין א פלאץ פון תורה ויראה, א פלאץ פון אמונה.
זיי זיך קובע מיט א חברותא צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, לכתחילה אינדערפרי פאר'ן דאווענען; מיט דעם וועסטו מיר העלפן בויען דעם שטעטל. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵינִי דָר אֶלָּא בִמְקוֹם תּוֹרָה", איך וואוין נאר אין א פלאץ פון תורה; פשט איז נאך מער, "איני דר", עס קען נישט זיין א פלאץ זאל מצליח זיין, "אלא במקום תורה", אויך וועסטו זיך שפירן גאר גוט, דער טאג וועט דיר שיינען און לייכטן.
א כתיבה וחתימה טובה.