בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - וואס בעסערמינער רב ז"ל האט געשריבן אויפ'ן ספר הקדוש "אשר בנחל"
אשר בנחל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין געווען מיט דיר ביי מוהרא"ש אין צימער, אודאי געדענקסטו, ווען מוהרא"ש האט מיר איבערגעגעבן א קאפי פון א בריוו פון הרב הגאון רבי יצחק אייזיק ליבערמאן זכרונו לברכה, בעסערמינער רב; א בריוו וואס ער שרייבט פאר זיין אייניקל אור ליום ד' וירא שנת תשל"ט.


אינמיטן די בריוו שרייבט ער די ווערטער: "והנה מונח לפני ספר חדש אשר בנחל חלק ג' והוא קובץ מכתבים ברסלב נדפס בירושלים, והוא מלא מכתבים תשובה והתחזקות כאלו, אשר לא נשמעו מעולם, מתוק מדבש, כלו נאה, והרואה יאמר ברקאי, מאיר עיני חכמים, וישרים בלבותם, יזרח אור חדש, טעם גן עדן, כלם בחכמה כדרכם בקודש, הבט נא וראה ותשכח שם אלף תשובות על כל דבר שזכרת, וסוף הספר נדפס מאמר מקור השמחה".


נאכדעם, אפאר שורות שפעטער שרייבט ער נאכאמאל: "אך חזק ואמץ וספר אשר בנחל לא ימוש מפיך, למוד בקול כל אשר כתוב שם, ולא בעיון בלבד, רק בפה, בכל עת עם יותר חשק וכו'".


די אייניקלעך האבן ארויסגעגעבן א ספר מכתבים פון זייער זיידע, און די בריוו האבן זיי אויך געדרוקט (ספר שיח יצחק, דף רמה), אבער די שורות וואס איך האב דיר דא געשריבן - איז נישט געדרוקט. מוהרא"ש האט מיר געגעבן א קאפי פון דעם בריוו, מוהרא"ש זאגט: "קוק ווי עס איז אנגעצייכנט, חס ושלום דרוקן די שורות וואס רעדן פון אשר בנחל", נעבעך.


נעבעך אז אייניקלעך שעמען זיך מיט בריוו וואס דער זיידע שרייבט, ברוך השם מיר שעמען זיך נישט, מיר לערנען די בריוו און מיר דרוקן די בריוו. ווער עס לערנט די בריוו - דארף שוין נישט קיין שום ספר, די בריוו פלאקערן אויף צום אייבערשטן, עס ברענגט דעם מענטש צום אייבערשטן, ממש וואס מוהרא"ש האט געזאגט. רבי נתן האט געזאגט אויף זיין ספר לקוטי הלכות "דאס איז דער גן עדן פונעם אייבערשטן", מיינע בריוו זאגט מוהרא"ש, ספר אשר בנחל – "דאס איז דער אייבערשטער אליינס"; עס ברענגט דעם מענטש זאל זיך אזוי בענקען צום אייבערשטן, און טראכטן נאר פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.