בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי
די גרעסטע ברכה איז דער וואס לעבט מיט אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז דער אייבערשטער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז אלעס; א מענטש וואס האט אמונה האט נישט קיין דאגות, נישטא קיין עצבות; דאס איז דאך די גרעסטע עשירות.
שלמה המלך זאגט (משלי י, כב): "בִּרְכַּת ה' הִיא תַעֲשִׁיר", די ברכה פונעם אייבערשטן מאכט רייך, "וְלֹא יוֹסִף עֶצֶב עִמָּהּ". קען זיין פשט, דאס איז די רייכקייט; אז מען לעבט אן עצבות, מען לעבט מיט אמונה! א מענטש קען האבן אסאך געלט, אויב לעבט ער מיט עצבות ומרה שחורה, וואס האט ער פון זיין געלט... אויב איז ער אריינגעטון אין די געלט, מאכט אים די געלט מער פראבלעמען. אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כג): "אֵלּוּ הַמְשֻׁקָּעִים בְּמָמוֹן, כָּל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ עֲשִׁירוּת יוֹתֵר, יֵשׁ לוֹ דְּאָגוֹת וְעַצְבוּת וּמָרָה שְׁחוֹרָה בְּיוֹתֵר", קומט אויס, אז עס איז בכלל נישט קיין עשירות, נאר דער וואס לעבט מיט אמונה אן קיין עצבות - דער איז רייך; והבן למעשה.
אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס רייניגט אונז פון תאוות ממון. דער רבי זאגט (שם): "וְאִי אֶפְשָׁר לְהִנָּצֵל מִזֶּה", פון תאוות ממון, "כִּי אִם עַל יְדֵי הַצַּדִּיק", נאר דער צדיק - ער רייניגט פון די תאוה.
אז מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן, גיין התבודדות, לערנען שיעורים כסדרן און זיך מחי' זיין מיט יעדע נקודה טובה - וועלן מיר זיין גרויסע צדיקים.
א כתיבה וחתימה טובה.