בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פארן מיר העלפן מיט דרייוון די באס, אויך הער איך אז דו העלפסט מיט די שחיטה; איך וויל דיר זאגן אז די אלע זאכן וועט מען לייגן ראש השנה אויפן וואגשאל און דו וועסט זוכה זיין צו א שנה טובה ומבורכת.
מען גייט שוין זאגן סליחות קומענדיגע וואך, ביי שמע קולינו ווען מען עפנט די ארון הקודש זאלסט זיך פארדעקן די פנים מיטן סליחות'ל און זאגן די ווערטער מיט גרויס כוונה, און ווען עס קומט צו זאגן די ווערטער: "אַל תַּשְׁלִיכֵנוּ מִלְּפָנֶיךָ וְרוּחַ קָדְשְׁךָ אַל תִּקַּח מִמֶּנוּ" – זאלסטו זיך בעטן ביים אייבערשטן אין דיין אייגענע שפראך: "הייליגער באשעפער ווארף מיך נישט אוועק פון דיר, און נעם נישט אוועק דאס ביסל קדושה וואס איך האב נאך, און וויל נאך זוכה זיין, צו זיין אן ערליכער איד". און ביי די ווערטער: "אַל תַּשְׁלִיכֵנוּ לְעֵת זִקְנָה" - זאלסטו בעטן פון די טיפעניש פון דיין הארץ: "הייליגער באשעפער איך וויל נישט זיין אן אלטער חסיד, איך וויל זיין ניי געבוירן, איך וויל זיין ווי א יונגער בחור וואס הייבט דיך אן דינען, איך ציטער פון ווערן אלט און אויסגעלאשן"; ווייל אלט מיינט מען נישט אלט אין יארן, אלט מיינט מען 'יאוש', און ביי ווערטער: "אַל תַּעַזְבֵנוּ ה' אֱלֹקֵינוּ" – זאלסטו בעטן: "אייבערשטער היט מיך איך זאל נישט טראכטן פאר קיין איין רגע אז דו האסט אונז פארלאזט, 'אַל תִּרְחַק מִמֶּנוּ' – איך זאל זיך נישט איינרעדן אז דו ביסט ווייט, איך זאל געדענקען טאג און נאכט אז דו ביסט מיט מיר, דו ביסט נעבן מיר און דו ביסט אין מיר".
בכלל איז גוט אריינצופלעכטן אייגענע תפילות ווען מען דאווענט, תפילות וואס קומט פון הארץ, אייגענע תפילות וואס איז נוגע דעם מענטש; ווייל דאס איז דאך תפילה, א תפילה וואס קומט פון הארץ איז די שטערקסטע תפילה.
איך בעט פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.
א כתיבה וחתימה טובה.