בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך וויל נישט זיין שולדיג פאר קיינעם קיין פרוטה
חובות, בית דין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון איינעם, ער טענה'עט אז מיר זענען געבליבן שולדיג געלט פאר דעם ... רב ווען מיר האבן געדינגען זיין בית המדרש אין בארא פארק די ערשטע יאר פון ווען די ישיבה איז געשטאנען שנת תשס"ט, דעם זומער זמן; ער טענה'עט אז מיר האבן געשריבן א קאנטראקט אז מיר גייען דארט זיין א גאנצע יאר, און למעשה זענען מיר ארויס פון דארט נאך א האלבע יאר, מיר האבן געבראכן די קאנטראקט און מיר קומען אים געלט.


איך געדענק נישט אז מיר קומען אים געלט, איך געדענק אז מיר האבן געמוזט אוועק גיין פון דארט ווען די שכנים פונעם בנין זענען געקומען פראטעסטירן, די פרויען זענען אריינגעקומען אין שול און געשריגן מיר זאלן פארלאזן די פלאץ, און דעמאלט זענען מיר אוועק פון דארט. איך וויל דו זאלסט מברר זיין די מעשה, איך וויל גיין מיט אים צו א רב, און דער רב זאל זאגן אויב מיר דארפן אים באצאלן; איך וויל נישט זיין שולדיג פאר קיינעם קיין איין פרוטה, חוץ מזה וואס מיר דארפן זייער אכטונג געבן ווייל מיר טראגן דעם רבינ'ס נאמען.


דא האסטו די בריוו מיט די פרטים; לאז מיר וויסן וואס איז די דין תורה און אזוי וועל איך טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.