בעזרת ה' יתברך
יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; די עצתו אמונה איז הערליך שיין, אזויפיל משפחות, מענער און פרויען, יונג און אלט, זאגן אז דאס איז זייער חיזוק, דאס איז זייער וועג ווייזער, דאס איז זייער ליין מאטריאל, זיי נעמען נישט אריין אין שטוב קיין שום אנדערע ליין מאטריאל. אויך די קינדער זענען זיך מחי' מיט די קינדער עצתו אמונה.
דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, פון דאס גרויסקייט פון קומען צום רבינ'ס ציון. עס איז גוט יעצט צו דרוקן די מעשה, דאס וועט זיין חיזוק פאר די קינדער צו מתפלל זיין ביים רבינ'ס ציון.
"טאטע!!!" "טאטע!!!" ווער שרייט אזוי הויך?!
דער הייליגער רבי איז געקומען וואוינען אין אומאן די לעצטע יאר פאר זיין הסתלקות, דעם רבינ'ס דירה איז געווען נעבן דעם בית החיים. דארט פלעגט מען אלץ הערן קולות פון מענטשן ווי זיי קומען שרייען, זיי קומען דאווענען ביי די קבר פון זייער טאטע.
פאסירט אמאל, דער רבי זיצט אין שטוב מיט זיין טאכטער, און פלוצלונג הערן זיי א געשריי, "טאטע!!!" "טאטע!!!" דער רבי קוקט ארויס פון פענסטער און זעט א אידענע שרייט ביים קבר פון איר טאטע, זי שרייט און וויינט: "טאטע... טאטע..." זי איז אזוי פארביטערט, זי שרייט מיט איר גאנצע הארץ.
דער רבי זאגט פאר זיין טאכטער: "די אידענע שרייט טאקע מיט איר גאנצע הארץ, אבער איר טאטע איז נישטא, איר טאטע הערט נישט וואס זי שרייט; א שאד אז זי שרייט דא אומזיסט".
דער רבי זאגט פאר זיין טאכטער: "טאכטער טייערע, ווען איך וועל אוועקגיין פון די וועלט און דו וועסט קומען צו מיין ציון - וועל איך יא הערן, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז דאס אזוי ווי ער גייט ארויס פון איין שטוב און גייט אין א צווייטע שטוב".
דער רבי איז אריין אינעם צווייטן צימער און זאגט איר: "שריי 'טאטע!' אזוי ווי יעצט הער איך דיין געבעט - אזוי וועט זיין ווען מען וועט קומען צו מיין קבר, מען וועט בעטן ביי מיין ציון - וועל איך הערן וואס מען בעט".
טייערע קינדער, יעצט ווען מיר פארן קיין אומאן, מיר גייען צום רבינ'ס ציון - וועלן מיר בעטן דעם רבי'ן אלע אונזערע בקשות, און דער רבי וועט אונז העלפן.
בעט דעם מעלער ער זאל מאלן ווי דער רבי שטייט ביי איין זייט פון זיין טיר און ער ווייזט מיט די פינגער צו זיין אויער, און פון די אנדערע זייט שטייט א מיידל מיט צאמגענומענע האר מיט'ן פנים צום וואנט און בעט עפעס; זאג דעם מעלער ער זאל מאכן מען זאל זען ביידע זייטן פונעם וואנט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.