בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ווען א פרוי שערט זיך די האר נעמט זי אראפ פון זיך אלע דינים
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


אייער מאן האט מיר געשריבן אז איר האט זיך אפגעשוירן די האר.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר; ווען א פרוי שערט זיך די האר נעמט זי אראפ פון זיך אלע דינים, זי ברענגט אויף זיך אלעס גוטס.


אין דעם זכות וועט איר זען הערליכע שיינע דורות.


איך בין יעצט זייער פארנומען, איך האף אייך צו שרייבן א לענגערע בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.