בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
יעצט קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה.
ווער עס לערנט תורה - נעמט זיך די תורה אן פאר אים, די תורה היט אים און עס היט זיינע קינדער. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (חגיגה טו:) עס איז אמאל געווען א הונגער יאר, עס איז נישט געווען וואס צו עסן, און די טאכטער פון אַחֵר איז געקומען צו רבינו הקדוש, זי האט אים געבעטן: "רֶבִּי, פַּרְנְסֵנִי", רבי געבט מיר עפעס עסן, האט רבינו הקדוש איר געפרעגט: "בַּת מִי אַתְּ", וועמענס טאכטער ביסטו? האט זי געענטפערט: "בִּתּוֹ שֶׁל אַחֵר אֲנִי", איך בין א טאכטער פון אַחֵר, האט רבינו הקדוש געזאגט מיט וואונדער: "עֲדַיִן יֶשׁ מִזַּרְעוֹ בָּעוֹלָם", ער האט נאך קינדער דא אויף די וועלט? עס שטייט דאך (איוב יח, יט): "לֹא נִין לוֹ וְלֹא נֶכֶד בְּעַמּוֹ וְאֵין שָׂרִיד בִּמְגוּרָיו", עס וועט נישט בלייבן קיין קינדער און אייניקלעך פון א רשע, האט זי געבעטן: "זְכֹר לְתוֹרָתוֹ וְאַל תִּזְכֹּר מַעֲשָׂיו", איך בעט דעם רבי'ן זאל געדענקען די תורה וואס ער האט געלערנט און נישט זיינע שלעכטע מעשים. ווען זי האט דאס ארויסגעזאגט איז אראפגעקומען א פייער פון הימל און פארברענט דאס בענקל פון רבינו הקדוש, זיך אנצונעמען פאר אים, האט רבינו הקודש זייער געוויינט און געזאגט: "וּמַה לַמִתְגַנִין בָּהּ כַּךְ, לַמִשְׁתַּבְּחִין בָּהּ עַל אַחַת כַּמָּה וְכַמָּה", מה-דאך ווען א רשע לערנט תורה קומט די תורה און נעמט זיך אן פאר אים, איז דאך אודאי און אודאי ווען אן ערליכער איד וואס גלייבט אינעם אייבערשטן לערנט תורה - וועט זיך זיכער די תורה אננעמען פאר אים.
היינט נאכט וועט זיין א שיעור, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיטן הייליגן רבינ'ס עצות און שכל, זיך גרייטן פאר קבלת התורה
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.