בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - זיך אוועקרייסן יעדן טאג אפאר מינוט און לויפן צו די תורה
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


לכבוד דעם נייעם יאר וויל איך דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך אוועקרייסן יעדן טאג אפאר מינוט פון אלעס און לויפן צו די תורה.


דו מוזט לערנען יעדן טאג אביסל חומש, דו מוזט לערנען יעדן טאג כאטשיג 'איין' פרק משניות און ועל כולם א בלאט גמרא.


איך האב זיך זייער געפרייט אז דו ביסט געווען מיט אונז יום טוב.


א זיס יאר פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער.