בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
עס איז א גרויסע זאך וואס איר טוט, איר נעמט צוזאמען די פרויען זיי געבן חיזוק און מען שפילט אויף א שיעור פון חיזוק, דאס איז גאר א גרויסע מצוה; ווייל ווער נאך אזוי ווי אידישע מאמעס דארפן חיזוק, זיי ארבעטן אזוי שווער אין שטוב ארום דעם זייגער, טאג און נאכט.
אבער איך וויל אייך בעטן, איר דארפט זייער אכטונג געבן צו רופן יעדן איינעם. עס זענען דא יונגע ווייבלעך וואס ווארטן און קוקן ארויס ווען גייט מען שוין קענען זיך צאמקומען הערן חיזוק, און ווען זיי געפונען אויס אז עס איז געווען א צאמקום און זיי האבן דאס פארפאסט - האלטן זיי דאס נישט אויס; קוקט א בריוו וואס א ווייבל שרייבט:
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
שכח אייבערשטער אז יעדע פאר וואכן איז דא נאך א געדערינג, פאר יום טוב פלעג איך בעקומען א טעקסט פון ... אדער ..., ביי יעדע שיעור ווען עס וועט זיין. די לעצטע שיעור, און די שיעור פון היינט - האב איך נאר אויסגעפונען נאכדעם. מרת ... האט מיך געפרעגט פארוואס איך האב איר נישט גערופן, אבער איך האב אפילו נישט געוויסט דערפון!
איך ווארט אזוי לאנג צו הערן אביסל חיזוק וואס דער ראש ישיבה געבט פאר פרויען, אבער ביידע מאל האב איך עס פארפאסט; וואס האב איך געטון נישט ריכטיג אז איך בין נישט זוכה זיך צו צאמקומען מיט ברסלב'ע פרויען? איך ווייס אז פאר דער ראש ישיבה דארף מען זאגן נאר "יישר כח", אבער וואס קען איך טון אז קומענדיגע מאל זאל איך יא וויסן?
איך ווייס נישט וועם צו פרעגן, וועגן דעם פרעג איך דעם ראש ישיבה; איך האף אז עס איז נישט חוצפה, אבער איך פיל אז אפשר האב איך געטון עפעס וואס האלט מיך צוריק פון קענען זיין ביי א געדערינג.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס!!!
איך האף איר וועט אכטונג געבן אויף ווייטער.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.