בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די זיסע איינגענעמע און לויטערע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן
שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנב): "כְּשֶׁמְּקֹרָבִים לְצַדִּיק הָאֱמֶת", ווער עס איז מקורב צום אמת'ן צדיק, "טוֹעֲמִים טַעַם גַּן עֵדֶן", שפירט מען אין לעבן טעם 'גן עדן'; ווייל דער צדיק שיינט אריין אין זיינע תלמידים די זיסע איינגענעמע און לויטערע ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארום גענומען מיטן אייבערשטן, מען דאנקט דעם אייבערשטן, און דאס איז די טעם פון גן עדן.


טייערער ... נרו יאיר, יעצט ווען מיר קומען נענטער און נענטער צו קבלת התורה, מיר גייען מקבל זיין פון פריש די הייליגע תורה, זאלסטו זיך מאכן א שיעור צו לערנען יעדן טאג פרקים משניות און בלעטער גמרא, וועסטו זוכה זיין צו שפירן טעם גן עדן, דו וועסט האבן א שמירה עליונה.