בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די זכות פון נעגל וואסער וועט ברענגען ישועות
נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט זיך פאר עפעס א קליינע זאך וואס קומט אייך אן גרינג צו טון, דאס זאל זיין א זכות פאר אייער מאמע'ן. ביים אייבערשטן איז דער עיקר וואס טוט זיך אין הארץ, "הָאָדָם יִרְאֶה לַעֵינַיִם וַיהֹוָה יִרְאֶה לַלֵּבָב" (שמואל א טז, ז), דער אייבערשטער זעט דאס הארץ.


נעמט זיך פאר זיך אפצוגיסן "נעגל וואסער"; דאס וועט זיין א גרויסע זאך פאר א זכות פאר איר און דאס וועט ברענגען ישועות.