בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - חיזוק פאר פרויען לכבוד יום טוב סוכות
מועדים וזמנים

  בעזהשי"ת


יום ד' פרשת וזאת הברכה-ב, י"ד תשרי, ערב סוכות, תשע"ח


 


לכבוד מרת ... תחי'


ברוך השם מיר גייען יעצט אריין אין דעם הייליגן יום טוב סוכות; ווען מיר זיצן אין די סוכה זיצן מיר אונטער די שאטן פונעם אייבערשטן, און ווען מען זיצט אונטערן שאטן פונעם אייבערשטן איז זייער גוט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (שמות רבה כז, ג): עס איז געווען א פייגל וואס מען האט איר געזוכט צו כאפן, האט די פייגל זיך באהאלטן אינעם פאלאץ פונעם קעניג, זי האט געטראכט אז דארט וועט קיינער נישט קומען שיסן אויף איר, די זעלבע איז ווען א מענטש האט צרות - לויפט ער זיך באהאלטן ביים אייבערשטן, דעמאלט טשעפעט אים קיינער נישט.


מיר מאכן א זכר אויף דעם וואס דער אייבערשטער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים און מען איז געגאנגען אין מדבר אונטער די ברענעדיגע זון, און דער אייבערשטער האט אונז געמאכט סוכות אז מיר זאלן נישט פארברענט ווערן פון די זון.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ילקוט שמעוני תהלים, סימן תשצה): בזכות נשים צדקניות זענען די אידן ארויס פון מצרים; די מענער זענען געווען אזוי פארשקלאפט און פארפלאגט פאר די מצרים - אזוי ווי היינט, מען האט געארבעט ביטער שווער, זיי זענען געווען אזוי אריינגעטון אין מאכן געלט אז זיי זענען פשוט נישט אהיים געקומען צו זייערע ווייבער, וואס האבן די ערליכע פרויען געטון? זיי זענען געגאנגען צו זייערע מענער אויפן פעלד, דארט וואו זיי האבן געארבעט, זיי האבן געברענגט פאר זייערע מענער וואסער מיט קליינע פיש, און זיי האבן זיי אפגעוואשן וכו', און אזוי איז ארויס געקומען די גאנצע אידישע פאלק וואס איז ארויס פון מצרים און געגאנגען מקבל זיין די הייליגע תורה ביים בארג סיני.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א אידישע פרוי וואס זי גייט צו איר מאן און זי איז דער וואס רעדט שיינע ווערטער וכו', ביז דער מאן ווערט איבערגערעדט און מען לעבט מיט ליבשאפט, מען שטעלט אויף א שטוב צוזאמען.


דערפאר זאלסטו פון היינט און ווייטער זיין דער וואס הייבט אן איבער צו בעטן, און רעדט שיינע ווערטער וכו', וועסטו האבן א חלק אין די גאולה העתידה.


א פרייליכן יום טוב.