בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען טאר נישט גיין צו ערכאות
בית דין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז א קלארע הלכה (חושן משפט, סימן כו) אז מען טאר נישט גיין צו ערכאות אפילו ביידע צדדים זענען מסכים, און חס ושלום ווער עס גייט אין ערכאות איז א רשע, און ער פארשוועכט די נאמען פון השם יתברך, "והרים יד בתורת משה רבינו עליו השלום", ער האט אויפגעהויבן זיין האנט קעגן די תורה.


איך בין זייער דערשראקן צו הערן אז אזא זאך פאסירט ביי מיר אין די קהילה, איך זאג קלאר, ביי מיר קען נישט זיין אין די קהילה איינער וואס גייט אין ערכאות, אויך וועל איך ארויסווארפן די קינדער פון די משפחה וואס גייט אין ערכאות.


דאס וואס דו טענה'סט אז דו האסט נישט קיין ברירה, דאס איז נישט קיין תירוץ, דו ביסט מחויב יענעם צו רופן צו דין תורה, און אז בית דין געבט רשות צו גיין אין קארט, ווערט גע'פסק'נט (שם, סעיף ב) – אז מען מעג גיין צו ערכאות.


דעריבער זאג איך דיר דו זאלסט רופן דיין טענענט צו דין תורה, און נאר אז זיי זאגן דיר אז דו מעגסט גיין אין קארט – זאלסטו דאס טון, און חס ושלום גיין אין קארט אן א רשות בית דין, ווייל דאס איז די הארבסטע עבירה, עד כדי כך, אז די אחרונים זאגן (שם), אז מען קען יענעם נישט מצרף זיין צו מנין.


דאס איז חוץ המעשה אז ווער עס גייט אין קארט האט נאר שאדן.


איך ווארט צו הערן אז דו האסט אפגעלאזט די ערכאות און דו גייסט צום בית דין.


המצפה לישועת ה'.


...


קוק אריין אין ספר ראשית חכמה שער הקדושה, פרק טז, ביים סוף פרק, ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ערליכע קינדער, ערליכע דורות; מען זאל זיך דערווייטערן פון א בית ערכאות, נישט אפילו קוקן אויף דעם וכו', עיין שם.