בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אויב איר ווערט אין א שלעכטע גוסטע ווען איר וועקט אויף אייער מאן און ער שרייט אויף אייך שלאפעדיגערהייט: "לאז מיך אפ!" וכו' וכו' - איז שוין ענדערש נישט אויפוועקן.
באמת וואלט עס אייך נישט געדארפט שטערן, ווייל אז אייער מאן נרו יאיר וויל אויפשטיין און ער בעט זיך ביי אייך איר זאלט אים וועקן, און ער קען זאגן ווערטער אינמיטן שלאפן: "לאז מיך אפ!" דאס איז נישט בכוונה, דאס איז נישט אייך וויי צו טון, איר וואלט זיך נישט געדארפט צוטון מאכן, אבער אויב עס שטערט אייך יא און עס קילט אפ די ליבשאפט - זאלט איר זיך ארויסדרייען און טון אלעס אויף די וועלט אז די ליבשאפט זאל זיך נישט אפקילן.
איר האט א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, און איר זענט א וואוילע פרוי, א צדיקת; איר דארפט לעבן מיט ליבשאפט, מיט פריינטשאפט, און נישט אריינלאזן דעם סמ"ך מ"ם וואס וויל נאר אפקילן דאס ליבשאפט און פארטרייבן די שכינה הקדושה.
א כתיבה וחתימה טובה.