בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - טענה'ען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערער חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר גייען שוין זאגן סליחות, מיר פירן זיך צו זאגן סליחות מוצאי שבת ביי חצות, אזוי ווי מען זאגט אינעם פיוט: "במוצאי מנוחה קדמניך תחילה". גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט פאר אידישע קינדער, טענה פאר אידישע קינדער; מען דארף מליצי יושר זאלן רעדן גוטס אויף אידישע קינדער.


נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט אז מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך אין די גמרא, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (חגיגה טו:): "אשכחיה רבה בר שילא לאליהו", רבה האט באגעגנט אליהו הנביא, "אמר ליה", ער פרעגט אליהו הנביא: "מאי קא עביד הקדוש ברוך הוא", וואס טוט דער אייבערשטער יעצט? ענטפערט אים אליהו הנביא: "קאמר שמעתא מפומייהו דכולהו רבנן", דער אייבערשטער זאגט נאך אויבן אין הימל די ווערטער פון די הייליגע חכמים, "ומפומיה דרבי מאיר לא קאמר", אויסער פון רבי מאיר, פרעגט אים רבה: "אמאי", פארוואס זאגט דער אייבערשטער נישט נאך פון רבי מאיר? זאגט אים אליהו הנביא: "משום דקא גמר שמעתא מפומיה דאחר", ווייל ער האט געלערנט תורה ביי אן אפיקורס, פרעגט רבה: "אמאי, רבי מאיר רמון מצא, תוכו אכל קליפתו זרק", וואס איז רבי מאיר שלעכט, ער האט נישט גענומען פון זיין רבי די שלעכטס, ער האט גענומען נאר דאס גוטס; אזוי ווי איינער טרעפט א מילגרוים, ער עסט אויף די זאפטיגע קערלעך און די שאלאכטס ווארפט ער אוועק, אזוי האט רבי מאיר געטון! זאגט אליהו הנביא פאר רבה: "השתא קאמר", איך הער יעצט דעם אייבערשטן נאכזאגן פון רבי מאיר.


האבן מיר גערעדט נעכטן ביים שיעור, וואס האט דא פאסירט, אויבן אין הימל ווייסט מען נישט די זאך פון "תוכו אכל, קליפתו זרק"? מען ווייסט נישט אויבן אין הימל אז רבי מאיר האט נאר גענומען דאס גוטס פון זיין רבי? וואס האט דא רבה מחדש געווען אז פלוצלונג האט זיך אלעס געטוישט?! נאר וואס דען, דא זעט מען דאס גרויסקייט פון טענה'ען פאר א צווייטן איד, אזוי ווי רבה טענה'עט פאר אליהו הנביא אז רבי מאיר איז גוט, ער האט נישט געטון קיין שום שלעכטס - האט זיך שוין אלעס געטוישט.


דאס דארפן מיר טון א גאנץ יאר און בפרט אין די טעג וואס מען משפט די וועלט, מיר דארפן טענה'ען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער; מען ווייסט נישט וואס עס פאסירט אין הימל ווען מען זאגט ארויס א ווארט, מען זאגט: "הייליגער באשעפער, אידישע קינדער זענען זייער וואויל, אידישע קינדער זענען זייער א הייליג פאלק; האב רחמנות אויף דיינע קינדער, האב רחמנות אויף אונז"; מען נעמט אראפ אלע גזירות, מען ברענגט רחמים אויף די וועלט.


טייערע חברים תלמידי היכל הקודש, איך בענק זיך זייער נאך ענק; איך ווארט שוין ענק צו זען ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה אין אומאן. איך וויל ענק זייער בעטן, מיר קומען קיין אומאן, זאלסט מיט קיינעם נישט טענה'ן, בפרט מיט די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און זיי זוכן צו מאכן פירוד לבבות, מחלוקות וכו'; טענה נישט מיט קיינעם, טענה נישט מיט די עזות פנימ'ער וואס שפעטן פון צדיקי אמת, שפעטן פון מוהרא"ש, שפעטן פון סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו).


אונזער זאך איז שווייגן, אונזער זאך איז תכלית. נאך אביסל וועט מען זיין א גוסס, נאך אביסל וועט מען זיך מוזן שיידן פון די וועלט; דעמאלט וועט אפיר קומען אלע פרקים משניות און בלעטער גמרא, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זיי זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען די צייט וואס דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר, און דער מענטש וועט זיך דעמאלט אנקוקן ווי אזוי ער זעט אויס, און ער וועט חרטה האבן 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן, ווייל ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער עס וועט שוין זיין צו שפעט.


לאמיר חזר'ן א שטיקל צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן וועגן ראש השנה, (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט "אֱמוּנַת חֲכָמִים" דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין "אֱמוּנַת חֲכָמִים" צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן "אֱמוּנַת חֲכָמִים" (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג "אֱמוּנַת חֲכָמִים", אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אוּן רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.